בלאט 1 פון 3

ווערטער בוך

נשלח: פרייטאג אפריל 20, 2012 12:49 am
דורך יידל
עס איז דא אמאל וואס איר זעט א ווארט אין אידיש וועלכע איר האט קיינמאל פריער געזען, אדער סתם איר ווילט אויפקוקן אידישע ווערטער און זייער באדייטן, אדער אויב איר ווילט בארייכערען אנדערע אידן'ס ווערטער בוך: דא, אין דעם אשכול איז דער פלאץ דערפאר. וזה החלי:

אנומלט - ממש לעצטנס; הערשט; אט יעצט; אקארשט. אין ענגליש most recently; the other day.

Re: ווערטער בוך

נשלח: פרייטאג אפריל 20, 2012 1:31 am
דורך געצל
עס איז דא צובאקומען א אידישע ווערטערבוך פון איינעם א. ראטה וואס ליגט ביי מיר אינדערהיים און זעט אויס גאנץ גוט. איך האב עס נאכנישט גענוצט און נעם עס יעצט ארויס פון שאפע לכבודו פון יידל'ן.

אנומלט - לעצטנס, נארוואס, הערשט, פריער, אקארשט.

גאר ענליך צו יידל!

דער בוך ווערט גערופן "אידיש ווערטער אוצר" און האלט אין איר צווייטע אויפלאגע.

Re: ווערטער בוך

נשלח: פרייטאג אפריל 20, 2012 3:41 am
דורך ישובניק
סינאנימען מיט וועלכע איך האב זיך נאר-וואס געספראוועט:


קעגנזאץ
סתירה
קאנטראסט
ווידעראנאנד
היפוך
פאראדאקס


איך זאג געספראוועט, ווייל ביים אויסקלייבן א ווארט, קומט מיר אפט אפיר א גאנצער אויסוואל, און כ'דארף אויסקלייבן דאס טרעפליכסטע. צוליב אט-דער סיבה האב איך אויך אין מיינע ארכיוון א היפש שטיקל אוצר פון אלטערנאטיוון וואס איך לייג אריין דארט אפט בשעת'ן מאכן א בחירה צווישן פארשידענע מעגליכקייטן (א כסדר'דיגער פארמעסט!).


אגב, דאס ווארט וואס איז דערמאנט געווארן - "הערשט" - קומט אן דעם ה"א: ערשט.

Re: ווערטער בוך

נשלח: פרייטאג אפריל 20, 2012 8:57 am
דורך שמואל הלוי
געצל האט געשריבן:עס איז דא צובאקומען א אידישע ווערטערבוך פון איינעם א. ראטה

טאכטער פון מרת "מעלות".

Re: ווערטער בוך

נשלח: מוצ"ש אפריל 21, 2012 11:06 pm
דורך יידל
סארקאזם, סארקאסטיש: א שארפער איראנישער אָפּשפעט; א חוזק'דיגע, בייסיגער הערה. ענגליש: sarcasm.

Re: ווערטער בוך

נשלח: מוצ"ש אפריל 21, 2012 11:20 pm
דורך יידל
ישוב'ניק:
קעגנזאץ: לויט וויינרייך, קען קעגנזאץ גענוצט ווערן סיי אויף א סתירה, און סיי אויף opposites (היפוכים).
סתירה: א סתירה איז ווען צוויי זאכן "צושטערן" איינער דעם צווייטען (מלשון סותר). ווען חיים זאגט יעצט איז 2 אזייגער און שלום זאגט יעצט איז 4, זענען זיי זיך סותר.
קאנטראסט: קאנטראסט איז געווענדליך וועל מען שטעלט צוזאם צוויי זאכן כדי צו ווייזן די חילוקים (אדער "קאנטראסט") צווישן זיי ביידע. דוגמא: שלום איז א ווילד קינד. אין קאנטראסט, איז חיים א רואיג קינד.
ווידעראנאנד: איז א פשוטער סתירה.
היפוך: איז לכאורה opposite, פונקט דאס פארקערטע. ווייס איז די היפוך פון שווארץ, טאג די היפוך פון נאכט.
פאראדאקס: א זאץ אדער א דערקלערונג וועלכער איז זיך סותר מרישא לסיפא. אין היימישער אידיש רופט מען דאס "א סתירה מיניה וביה". דוגמא פון א טיפישער פאראדאקס: "די זאץ איז שקר". אויב איז עס שקר, איז עס דאך אמת, און אז עס איז אמת, איז עס דאך שקר!
מען קען אויך נוצן:
אדרבא און פארקערט.
ישוב'ניק האט געשריבן:אגב, דאס ווארט וואס איז דערמאנט געווארן - "הערשט" - קומט אן דעם ה"א: ערשט.

ישר כוח פאר די הערה. וואס מיינט טאקע הערשט?

Re: ווערטער בוך

נשלח: מוצ"ש אפריל 21, 2012 11:54 pm
דורך געצל
יידל, פארוואס זאלסטו ענדערש אננעמען ישובניקס הערה וועגן הערשט/ערשט ווי איידער מרת א. ראטה וואס כ'האב אויבן צוגעברענגט?

Re: ווערטער בוך

נשלח: זונטאג אפריל 22, 2012 12:08 am
דורך יידל
געצל האט געשריבן:יידל, פארוואס זאלסטו ענדערש אננעמען ישובניקס הערה וועגן הערשט/ערשט ווי איידער מרת א. ראטה וואס כ'האב אויבן צוגעברענגט?

א הארבע פראגע. אפשר ווייל ישוב'ניק קען איך דא נעמען אויפן צימבל, בעת מרת. א. ראטה נישט?...

Re: ווערטער בוך

נשלח: זונטאג אפריל 22, 2012 12:15 am
דורך געצל
ביי מיר איז א דבר פשוט אז ס'קומט מיט א "ה". כן מונח בזיכרוני.

און ראטה איז מיר נאר א סמך. און זעט מיר אויס צו זיין עמיצער וואס קען דעם ליין.

לאמיר הערן וואס ישובניק וועט זאגן.

Re: ווערטער בוך

נשלח: זונטאג אפריל 22, 2012 12:59 am
דורך יידל
סארטיר - שטעל אויס. אין ענגליש: sort.

Re: ווערטער בוך

נשלח: זונטאג אפריל 22, 2012 9:56 am
דורך יידל
טעאריע - האט צוויי באדייטן. איינס: א טיפע לערע, געדאנק אדער מיינונג וואס איז נישט אויפגעוויזען געווארן שוואץ אויף ווייס אז אזוי איז עס במציאות, נאר עס איז א שטארקע מעגליכקייט אז ס'קען אזוי זיין, באגלייט מיט א שטארקע הסבר פארוואס עס איז מסתבר.
צוויי: אין װיסנשאפט (science), איז א טעאריע א ערקלערונג װאס איז געבױט אױף פיל פאקטן. דער טעאריע ערקלערט די אלע פאקטן. דוגמאות פון באקאנטע וויסנשאפטליכע טעאריעס: די גערם טעאריע (the germ theory of disease), אז קרענק ווערן פארשפרייט דורך באשעפענישן אזוי קליין אז דער מענטשליך אויג קען זיי נישט זען; די צעל טעאריע (the cell theory), אז אלע לעבעדיגע זאכן אויף די וועלט זענען ביסודם צעלן (ערקלערט דא); די גראוויטי טעאריע (the theory of gravity), אז אלע פיזישע זאכן צוען צו זאך אנדערע פיזישע זאכן אין פראפארץ צום אייגענער מאסע; טעאריע פון רעלאטיוויטעט (theory of relativity), ווערט ערקלערט דורך פשוט-קאמפליצירט און קול דודי דא.
אנדערש ווי סתם א טעאריע, איז א וויסנשאפטליכער טעאריע עפעס וואס מוז זיין: א. דער פשוט'סטער הסבר אויף דעם פענאנעמען וועלכער עס ערקלערט, און, ב. עס דארף קענען ווערן אויפגעוויזן אדער אפגעפרעגט. אויב קען עס נישט ווערן אויפגעוויזן אדער אפגעפרעגט אדער עס איז דא נאך א פשוט'ערער הסבר פון דעם, איז עס נישט קיין גילטיגער טעאריע.

Re: ווערטער בוך

נשלח: זונטאג אפריל 22, 2012 3:42 pm
דורך ישובניק
יידל האט געשריבן:ישוב'ניק:
קעגנזאץ: לויט וויינרייך, קען קעגנזאץ גענוצט ווערן סיי אויף א סתירה, און סיי אויף opposites (היפוכים).
סתירה: א סתירה איז ווען צוויי זאכן "צושטערן" איינער דעם צווייטען (מלשון סותר). ווען חיים זאגט יעצט איז 2 אזייגער און שלום זאגט יעצט איז 4, זענען זיי זיך סותר.
קאנטראסט: קאנטראסט איז געווענדליך וועל מען שטעלט צוזאם צוויי זאכן כדי צו ווייזן די חילוקים (אדער "קאנטראסט") צווישן זיי ביידע. דוגמא: שלום איז א ווילד קינד. אין קאנטראסט, איז חיים א רואיג קינד.
ווידעראנאנד: איז א פשוטער סתירה.
היפוך: איז לכאורה opposite, פונקט דאס פארקערטע. ווייס איז די היפוך פון שווארץ, טאג די היפוך פון נאכט.
פאראדאקס: א זאץ אדער א דערקלערונג וועלכער איז זיך סותר מרישא לסיפא. אין היימישער אידיש רופט מען דאס "א סתירה מיניה וביה". דוגמא פון א טיפישער פאראדאקס: "די זאץ איז שקר". אויב איז עס שקר, איז עס דאך אמת, און אז עס איז אמת, איז עס דאך שקר!
מען קען אויך נוצן:
אדרבא און פארקערט.


יידל,
זייער שיין צענומען די פארשידענע באדייטן. איך האב געהאט דעם איינדרוק אז דער ציל דא איז סינאנימען, נישט דווקא ווערטער מיט אידענטיטשע באדייטן.
אגב, דער זאץ "אין קאנטראסט, איז..." אויף אידיש וואלט געקלונגען בעסער: חיים, דאקעגן... אדער: אבער חיים... - אויך ווערט "אין קעגנזאץ" גענוצט אקוראט אזוי, ווי דו ביסט מסביר קאנטראסט (אבער נישט אין דעם קאנטעקסט, ווי געזאגט).
אדרבא און פארקערט זענען נישט קיין שמות עצם.

Re: ווערטער בוך

נשלח: זונטאג אפריל 22, 2012 3:48 pm
דורך ישובניק
יידל האט געשריבן: וואס מיינט טאקע הערשט?


געוועלטיגט, רעגירט, איז מושל.

Re: ווערטער בוך

נשלח: זונטאג אפריל 22, 2012 3:57 pm
דורך ישובניק
יידל האט געשריבן:טעאריע - האט צוויי באדייטן. איינס: א טיפע לערע, געדאנק אדער מיינונג וואס איז נישט אויפגעוויזען געווארן שוואץ אויף ווייס אז אזוי איז עס במציאות, נאר עס איז א שטארקע מעגליכקייט אז ס'קען אזוי זיין, באגלייט מיט א שטארקע הסבר פארוואס עס איז מסתבר.
צוויי: אין װיסנשאפט (science), איז א טעאריע א ערקלערונג װאס איז געבױט אױף פיל פאקטן. דער טעאריע ערקלערט די אלע פאקטן. דוגמאות פון באקאנטע וויסנשאפטליכע טעאריעס: די גערם טעאריע (the germ theory of disease), אז קרענק ווערן פארשפרייט דורך באשעפענישן אזוי קליין אז דער מענטשליך אויג קען זיי נישט זען; די צעל טעאריע (the cell theory), אז אלע לעבעדיגע זאכן אויף די וועלט זענען ביסודם צעלן (ערקלערט דא); די גראוויטי טעאריע (the theory of gravity), אז אלע פיזישע זאכן צוען צו זאך אנדערע פיזישע זאכן אין פראפארץ צום אייגענער מאסע; טעאריע פון רעלאטיוויטעט (theory of relativity), ווערט ערקלערט דורך פשוט-קאמפליצירט און קול דודי דא.
אנדערש ווי סתם א טעאריע, איז א וויסנשאפטליכער טעאריע עפעס וואס מוז זיין: א. דער פשוט'סטער הסבר אויף דעם פענאנעמען וועלכער עס ערקלערט, און, ב. עס דארף קענען ווערן אויפגעוויזן אדער אפגעפרעגט. אויב קען עס נישט ווערן אויפגעוויזן אדער אפגעפרעגט אדער עס איז דא נאך א פשוט'ערער הסבר פון דעם, איז עס נישט קיין גילטיגער טעאריע.


אין דעם ערשטן, פילאזאפישן באדייט, בין איך נישט זיכער אז ס'מוז זיין א *טיפע* לערע, נאר ס'איז אבסטראקט, אין קעגנזאץ צו פראקטיק.

לגבי דעם וויסנשאפטליכן באדייט, ווערט דער באגריף באנוצט אויף א סברא וואס איז מער ווי סתם אן אבסערוואציע, און ווייטער פון דעם שטאפל פון א היפאטעזע, אבער נאכנישט גענוג פעסטגשעטעלט אויף צו ווערן קלאסיפיצירט ווי א וויסנשאפטליכע "געזעץ".

Re: ווערטער בוך

נשלח: זונטאג אפריל 22, 2012 7:12 pm
דורך יידל
ישובניק האט געשריבן:יידל,
זייער שיין צענומען די פארשידענע באדייטן. איך האב געהאט דעם איינדרוק אז דער ציל דא איז סינאנימען, נישט דווקא ווערטער מיט אידענטיטשע באדייטן.

לעולם איז די אשכול אויך געווידמעט פאר סינאנימען, אבער די עיקר ציל פון דעם אשכול איז פאר די באדייטן אין דעפעניציעס פון די ווערטער און דערפאר ווען דו האסט געברענגט די סינאנימען, האב איך געוואלט אביסל צולייגן איבער די אינדיווידואלע מיינוגען פון איטליכער ווארט. אבער יעצט זע איך אז דו האסט שוין געעפנט א באזונדערער אשכול פאר סינאנימען, איז טאקע פאסיג אז די דאזיגע אשכול וועט דינען אלס ווערטער בוך, און די סינאנימען אשכול - אלס ווערטער אוצר.

Re: ווערטער בוך

נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 9:39 pm
דורך קרעמער1
איך זוך עמיצער זאל ביטע ערקלערן דעם פונקטליכן אפטייטש פונעם ווארט "מלער"-"מלעריש" און אזוי אויך פונעם ווארט "אייפערזיכטיג"

א דאנק פון פאראויס

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 1:46 pm
דורך קרעמער1
עטליכע אלטע יודישע ווערטער וועלכע ווערן שוין נישט גענוצט, און זייער אפטייטש לויט ווי עס זעהט מיר אויס (אדרבה, ביטע פאררעכטן אויב כ'בין פאלש)

בילכער = חשובער\גלייכער
וויעס = אויגן דעקל
וועדליג = אויבצואוואָר

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 2:00 pm
דורך שמעקעדיג
די לעצטע 2 ווייסעך נישט, בילכער מיינט לכאו' פארקערט, ביליגער (ווייניגער חשוב),
דער ווארט ווערט נאך גענוצט אין דער בלאט.

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 3:39 pm
דורך הוגה
שמעקעדיג האט געשריבן:די לעצטע 2 ווייסעך נישט, בילכער מיינט לכאו' פארקערט, ביליגער (ווייניגער חשוב),
דער ווארט ווערט נאך גענוצט אין דער בלאט.


בילכער איז טייטש preferred.

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 3:44 pm
דורך הוגה
קרעמער1 האט געשריבן:עטליכע אלטע יודישע ווערטער וועלכע ווערן שוין נישט גענוצט, און זייער אפטייטש לויט ווי עס זעהט מיר אויס (אדרבה, ביטע פאררעכטן אויב כ'בין פאלש)

בילכער = חשובער\גלייכער
וויעס = אויגן דעקל
וועדליג = אויבצואוואָר


וויע איז די eye lashes, (לכאורה איז דאס סיי לשון רבים און יחיד, ממילא איז וויעס - מיט א ס' א טעות.)

וועדליג מיינט לפי זה, according, לפי האמור.

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 7:45 pm
דורך קרעמער1
הוגה האט געשריבן:וויע איז די eye lashes, (לכאורה איז דאס סיי לשון רבים און יחיד, ממילא איז וויעס - מיט א ס' א טעות.)

סיי "שלום עליכם" און סיי "באשעוויס" (און נאך וואס כ'געדענק נישט אויפן מאמענט) שרייבן וויעס אדער אויגן-וויעס.

נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 2:44 am
דורך הוגה
איז דא א ווארט אין אידיש (און לה''ק) פאר agnostic?

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 10:50 am
דורך קאמענטירער
קרעמער1 האט געשריבן:איך זוך עמיצער זאל ביטע ערקלערן דעם פונקטליכן אפטייטש פונעם ווארט "מלער"-"מלעריש" און אזוי אויך פונעם ווארט "אייפערזיכטיג"

א דאנק פון פאראויס

איך ניץ מלעריש אויף "נישט געפערליך״
אייפערזיכטיג מיינט אין לה״ק קנאה.