בלאט 1 פון 1

נטעי ההרים - שבת נחמו

נשלח: פרייטאג יולי 19, 2013 9:34 am
דורך לעמיל
באקומען און אימעיל איך ווייס נישט ווער עס איז די מחבר דערפון

נטעי ההרים - הלכות שבת נחמו ובו ז' סעיפים:

א) השבת קודש שחל אחר תשעה באב נקראת שבת נחמו על שם שמפטירין בנחמו נחמו בספר ירמיהו.

ב) בכל דור ודור חסידים ואנשי מעשה נוהגין לנסוע בשבת נחמו חוץ לעיר הגה: והטעם כדי להראות שהקב"ה מנחם אותנו בנחמת ציון עירינו.

ג) יש נוהגין לנסוע רק להרי הקעסטקיל"ס להקאלאני"ס של קרובים אבל המדקדקים במצות נוסעים דוקא למלון בעיר זרה רחוק מבית ג' או ד' שעות לכתחלה.

ד) בליל שבת קודש מזמרין זמירות ובפרט ניגונים שיש בו פסוקי ודברי תנחומין ועושין קומזיץ'ן.

ה) המנהג בכמה מקומות לילך במוצאי שבת זו לקאנצער"ט ושם אוכלים פשטידה איטלקי ושותין קאו"ק וזה הוא מנהג טוב.

ו) אונס שאין לא מקום לנסוע ישתדל עכ"פ להגיע לקרית יואל או למאנסי הגה: והעיקר לא להשתייר בבית וכל המרבה לנסוע הרי זה משובח.

ז) יש שמבשלים המאכלי שבת בבית ויש שמבשלים במלונים ודעבד כמר עבד ודעבד כמר עבד ולפום צערא אגרא.

נשלח: פרייטאג יולי 19, 2013 9:45 am
דורך קאווע טרינקער
סעיף א' איז לכאורה א טעות סופר...

נשלח: פרייטאג יולי 19, 2013 9:46 am
דורך לעמיל
זיי דיך מסביר

נשלח: פרייטאג יולי 19, 2013 10:15 am
דורך קאווע טרינקער
ס'איז נישט אין איינקלאנג מיט די אנדערע סעיפים..

נשלח: פרייטאג יולי 19, 2013 10:53 am
דורך gehlungen
לעמיל האט געשריבן:זיי דיך מסביר

Its very to understand. If u don't smile when you are reading it. It does not belong in that group of sentences !

נשלח: פרייטאג יולי 19, 2013 10:56 am
דורך יואליש
לעמיל האט געשריבן:...

נטעי ההרים - הלכות שבת נחמו ובו ז' סעיפים:

א) השבת קודש שחל אחר תשעה באב נקראת שבת נחמו על שם שמפטירין בנחמו נחמו בספר ירמיהו.

...



קאווע טרינקער האט געשריבן:סעיף א' איז לכאורה א טעות סופר...


טעות סופר איז אז די הפטורה נחמו נחמו עמי איז פון ישעיהו, נישט ירמיהו.

נשלח: פרייטאג יולי 19, 2013 11:17 am
דורך גאלד
מעג איך זאגן א קורץ ווארט אויף שבת נחמו?

שכוח.

מ'זאגט ביי די הפטורה: נחמו נחמו עמי, יאמר אלוקיכם. דברו על לב ירושלים וקראו אליה, כי מלאה צבאה, כי נרצה עוונה, כי לקחה מיד ה' כפליים בכל חטאותיה,

האב איך געזעהן א טרעפליך פשט, אז דער פסוק באציעט זיך אויף די 3 אופנים וואס די גאולה העתידה גייט צישטאנד קומען בב"א, דער ערשטער איז ווען דער באשטימטער צייט וועט אנקומען, דער צווייטער איז אויב כלל ישראל וועט פריער תשובה טאן, און דער דריטער אופן אויב כלל ישראל וועט כאפן אזעלכע פעטש אז די שווערע יסורים וועט ממהר זיין די גאולה (אזא בחינה ווי קשוי השעובד אין מצרים),

דאס שטימט ווי א הענטשעך אינעם פסוק, "נחמו נחמו עמי, יאמר אלוקיכם וכו'" די גליקליכע נחמה איז שוין ענדליך אנגעקומען, וויזוי גייט דאס פאסירן 1. "כי מלאה צבאה" איז דער זמן הגלות איז שוין ערפילט געווארן און עס איז שוין אנגעקומען דער זמן הקץ, 2. "כי נרצה עוונה", אז די עוונות זענען מכופר געווארן, ממילא וועט די גאולה קומען פאר די קץ, אדער, 3. "כי לקחה מיד ה' כפליים" אז מ'האט געכאפט פעטש טאפעלט ווי דער שורת הדין, וועט דאס ממהר זיין די גאולה.

מלבים

נשלח: פרייטאג יולי 19, 2013 11:19 am
דורך משה געציל
כ'בין מוחה. TM

נשלח: פרייטאג יולי 19, 2013 11:20 am
דורך סאשי פיש
אויף וואס?

נשלח: פרייטאג יולי 19, 2013 12:12 pm
דורך [NAMELESS]
משה געציל האט געשריבן:כ'בין מוחה. TM

@געצעלע/ מ'זעהט גלייך אז דאס איז א אימיטעישען - א שוואכע אימיטעישען

נשלח: פרייטאג יולי 19, 2013 12:17 pm
דורך לעמיל
משה געציל קענסט זאגען אז דו ביסט דער מחבר דערפון איך האב געשריבען אז איך ווייס נישט ווער איז די מחבר דערפון

נשלח: פרייטאג יולי 19, 2013 1:01 pm
דורך איחוד פעלד
קאווע טרינקער האט געשריבן:סעיף א' איז לכאורה א טעות סופר...


א) השבת קודש שחל אחר תשעה באב נקראת שבת נחמו על שם שמפטירין בנחמו נחמו בספר ירמיהו.


השבת קודש של השבוע שחל בו תשעה באב, נקראת שבו נחמו על שם וכו', כצ"ל.

נשלח: פרייטאג יולי 19, 2013 2:36 pm
דורך שמעקעדיג
משה געציל האט געשריבן:כ'בין מוחה. TM

לויט ווי איך פארשטיי איז ער מוחה אויף די נאמען,
'נטעי ההרים' איז גע'גנב'עט, דאס האסטו נישט באקומען אין אימעיל, לעמיל, ריכטיג?
און דעריבער פירט אויס כמין חומר מיט א קליינע TM, וועלכע טוט באשטעטיגן דעם איסור השגת גבול ידוע ושגיאות מי יבין וכו'

נשלח: מוצ"ש יולי 20, 2013 11:35 pm
דורך משה געציל
מען זאגט נאך פון חתם סופר אז ער האט געזאגט פאר זיינע תלמידים; "איר קענט נאכזאגן מיינע חידושים אין אייער נאמען, אבער זאגט נישט נאך אייער חידושים אין מיין נאמען".
נישט אז איך בין דער חתם סופר און דער שרייבער איז ווארשיינליך נישט מיין תלמיד. אבער דער געדאנק איז א אמת'ער בכל אופן, ווען א מענטש איז מחבר סיי וואס פארא ווערק אונטער א געוויסער נאמען איז נישט קיין יושר אז א צווייטער זאל שרייבן אויפ'ן זעלבן סטיל אונטערן זעלבן נאמען. וואס טוה איך אז איינער קומט איין טאג ארויס מיט א גאנצער מאחורי'דיגער נטעי ההרים, ווי כאילו איך זאל דאס האבן געשריבן? איך דענק אז עס נישט אויסגעהאלטן, עכ"פ ע"פ חוקי האנושי.

נשלח: זונטאג יולי 21, 2013 3:06 am
דורך טעפל
גערעכט [tag]משה געציל[/tag] וועגען דעם טאקע זעץ דיך שרייבען א נייעם שיינעם נטעי ההרים, ישר כוח פון די וואס ליינען מיט דארשט אייער סחורה..

נשלח: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 6:15 pm
דורך אשכולות אויפוועקער
:קום: :שפעט: :שפעט: :שפעט: :שפעט: :שפעט: :שפעט: :שפעט: :ששש :ששש :ששש :ששש

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 9:31 am
דורך אויליגער
אויפוועקער האסטו א לייק סהאט זיך געלוינט אלס פאר גאלדיס טייערע ווארט

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 10:09 am
דורך אבי גערעדט
געווען אמאל א איד, געוואוינט אין וויליאמסבורג, זיך שטארק געמוטשעט חתונה צו מאכן, פרייטאג צו נאכטס שבת נחמו פאלט עם איין: איך בין דאך געבליבן אין שטאט פאר א סיבה... ער האט געהאט א שכן וואס איז ווערט געווען אפאר מיליאן, מה עשה הקב"ה, ער גנב'ט זיך אריין ביים שכן, און נישט מער נישט ווייניגער, דער שכן איז אינדערהיים!!! ער ווערט גרין און בלוי, זאגט עם דער שכן: נעם וואס די ווילסט, אבער מיט איין תנאי, אז די פארציילסט קיינעם נישט אז איך בין דא געבליבן שבת נחמו...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 10:17 am
דורך אפטעמיסט

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 10:57 am
דורך ברוך שאמר
אבי גערעדט האט געשריבן:געווען אמאל א איד, געוואוינט אין וויליאמסבורג, זיך שטארק געמוטשעט חתונה צו מאכן, פרייטאג צו נאכטס שבת נחמו פאלט עם איין: איך בין דאך געבליבן אין שטאט פאר א סיבה... ער האט געהאט א שכן וואס איז ווערט געווען אפאר מיליאן, מה עשה הקב"ה, ער גנב'ט זיך אריין ביים שכן, און נישט מער נישט ווייניגער, דער שכן איז אינדערהיים!!! ער ווערט גרין און בלוי, זאגט עם דער שכן: נעם וואס די ווילסט, אבער מיט איין תנאי, אז די פארציילסט קיינעם נישט אז איך בין דא געבליבן שבת נחמו...
ווערי סארי אבער דעס בילאנגט ביי מילתא דבדיחיתא!