בלאט 1 פון 1

א פרישע רובאשקען?!

נשלח: פרייטאג יולי 19, 2013 10:55 am
דורך סאשי פיש
סארי!! איך וויל קיינעם נישט פארשעמען שכוח [tag]שמעקעדיג[/tag] פארען מיך זאגען

נשלח: פרייטאג יולי 19, 2013 11:01 am
דורך יואליש
קוקט אויס ווי נישט די פעדעראלע איי אר עס, נאר די סטעיט'ס טעקסעישאן און פיינענס. פילייכט סעילס טעקס מיסברויכן?

"האלוי? מאמי? ער זאגט אז פאר א קרעדיט קארד קומט צו שטייער."

נשלח: פרייטאג יולי 19, 2013 11:02 am
דורך לעמיל
ער איז געוועין שולדיגג טעקסעס האבען זיי צוגעמאכט זיין סטאר, איך מיין אז ער איז שוין צוריק אפען

נשלח: פרייטאג יולי 19, 2013 11:08 am
דורך סאשי פיש
און פארוואס האט מען ארעסטירט די ארבעטער?

נשלח: פרייטאג יולי 19, 2013 11:13 am
דורך קאווע טרינקער
יעדע ארעסט אויף א איד איז "רובאשקין"? אויב יא זענען מיר גארנישט אנדערשט ווי די טרעיוואן מארטין קאליר.

נשלח: פרייטאג יולי 19, 2013 12:47 pm
דורך שמעקעדיג
יעדע מאל וואס איינער זוכט עפעס זאגט מען "ער גוגלט"? און ווען איינער שיקט עפעס זאגט מען ער "פעדעקסד עס"?
ס'איז נאר א אויסדרוק.

סאשי פיש, כאטש איך האב אין אלגעמיין ליב דיינע בילדער, האלט איך אז ס'איז נישט שיין צו פאוסטן פון פריוואטע מענטשן בעת צרתם.
די משוגעת איז שוין ארויס פון יעדן נארמאלן פראפארץ. דער יעניגער וואס האט געכאפט דעם בילד אויבן דארף מען באבויקערן די ביינער. 'שיגענער.

נשלח: פרייטאג יולי 19, 2013 12:55 pm
דורך סאשי פיש
איך האב עס אויסגעמעקט סארי!! איך וויל קיינעם נישט פארשעמען שכוח [tag]שמעקעדיג[/tag] פארען מיך זאגען

נשלח: פרייטאג יולי 19, 2013 12:57 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן: אויבן דארף מען באבויקערן די ביינער. 'שיגענער.


שמעקעדיג שקויעך פארן באבויקערן, כהאב עס כמעט פארגעסן. דאס מיט זר זהב'ס טשוטשוס זענען וויכטיגע גירסא דינקותא שטיקער.

נשלח: פרייטאג יולי 19, 2013 1:07 pm
דורך שמעקעדיג
סאשי פיש האט געשריבן:איך האב עס אויסגעמעקט סארי!! איך וויל קיינעם נישט פארשעמען שכוח [tag]שמעקעדיג[/tag] פארען מיך זאגען

זייער שיין פון דיר. ממך ילמדו.

אויב קענסטו אביסל גראפיקס (מען דארף נישט ספעציעל עקספיריענס) קענסטו פארדעקן/פארמעקן יענעמ'ס פרצופ'ל, און דאן איז עס נישט אזא פראבלעם.