בלאט 1 פון 1
ברעיקינג: פרישע 8 פארכאפטע מענטשן געטראפן נאך 10 יאר!
נשלח: פרייטאג יולי 19, 2013 1:42 pm
דורך שעפטל
א שאקירענדע
געשיכטע שפילט זיך יעצט אפ אין יוסטאן טעקסעס, נאכדעם וואס מ'האט געטראפן אכט מענטשן - פיר מענער אין די יארן פון די פיפציג ביז די אכציג, און פיר פרויען וועמען די פאליציי געט אן אלס מעגליך מענטאל געשעדיגטע.
טייל פון די פארכאפטע פעלן שוין פאר אזוי לאנג ווי צעהן יאר!
איין מענטש האט מען אריינגענומען אויסצופרעגן מעגליך אים צו באשילדיגן מיטן אקט. קיין קלאגעס איז נאכנישט אריינגעגעבן געווארן קעגן קיינעם.
דעטאלן וועלן נאכפאלגן.
נשלח: פרייטאג יולי 19, 2013 1:55 pm
דורך שעפטל
אביסעלע דעטאלן:
די פאליציי האט געקריגן א רוף בערך 8:30 צופרי איבער עטליכע מענטשן ווערן געהאלטן אין א גאראדזש. די פאדערשטע טיר איז געווען פארהאקט.
די מענער -ווי געשריבן- זענען, 79, 74, 65 און 54. דריי דערפון האבן שוין ניטאמאל געקענט וואקן, און אלע זענען אפגעפירט געווארן אין שפיטאל, אויסקוקענדיג נאכגעלאזט, נאכן זיך אויפהאלטן אין א שטוב וואס איז געווען פיל מיט מיסט.
דריי פרויען מיט איין מאן -וועמען מ'האט יא ארעסטירט- האבן דארטן געוואוינט
נשלח: פרייטאג יולי 19, 2013 3:57 pm
דורך [NAMELESS]
פאליציי טראכט אז די מענטשען זענען געוועהן האומלעסס חברה וואס זענען דארטען אריינגענארט געווארן
נשלח: פרייטאג יולי 19, 2013 4:26 pm
דורך מורינו הרב
אויף וואס זענען זיי גענוצט געווארן?
נשלח: פרייטאג יולי 19, 2013 7:48 pm
דורך מאראנצןזאפט
מורינו, נישט ***!
נשלח: פרייטאג יולי 19, 2013 7:55 pm
דורך DotCom
סאשעל סעקיוריטי טשעק'ס.
נשלח: מוצ"ש יולי 20, 2013 11:17 pm
דורך מורינו הרב
מאראנצןזאפט האט געשריבן:מורינו, נישט ***!
קוק ווי אזוי זיין קאפ לויפט...
נשלח: מוצ"ש יולי 20, 2013 11:46 pm
דורך דעת תורה
האט ער עס געשריבן צו דיר פאר א סיבה?.