בלאט 1 פון 2
בחור, שא נא עיניך וראה מה את בורר לך.. תנו עיניכם ליופי וכו'
נשלח: זונטאג יולי 21, 2013 10:58 pm
דורך טאמבל סאס
חמשה עשר באב
ביי אונז אידן איז חמשה עשר באב שטענדיג געפראוועט געווארן ווי א טאג פון איבערבעטונג און ליבע. מקורות צו דעם טאג טרעפן מיר שוין אין ספר שופטים, אבער קיין קלארע דאטום געפינען מיר נישט דערויף אין פסוק, אבער אין מסכת תענית ווערט באשטימט א דאטום לכבוד דעם יו"ט. און ווי מיר זעהן אין חז"ל האבן זיי דעם חג באטיטול'ט מיט א ספעציעלן פראזע "לא היו ימים טובים לישראל כחמישה עשר באב וכיום הכיפורים". אין דעם טאג זענען די אידן ארויס מיט געבארגטע טייערע ווייסע קליידער און די פרויען זענען ארויס אין די וויינגערטנער טאנצן פאר זיי, כדי צו טרעפן זייער פּאָר – די מענער וועלכע זענען נאכגעקומען אין זייערע פיסטריט.
אין פלגש בגבעה (שופטים כא) זעהען מיר די ערשטע דערמאנט א געדענקעניש פאר דעם יו"ט. און עס ווערט באצייכנט ווי א חג וואס מ'האט געפייערט "מימים ימימה" דאס הייסט יערליך. די מעשה פון פילגש בגבעה ווייסט מסתמא יעדער, איז געווען ווען א באנדע יונגע בורוואנעס – מענטשן פון שבט בנימין האבן גערעיפט א פילגש פון א מאן פון שבט לוי וואס איז געקומען איינשטיין אינעם גבעה, און גורם געווען צו איר טויט. אין רעזולטאט פונעם אינצידענט, האט כלל ישראל פארלאנגט פון שבט בנימין ארויסצוגעבן די שולדיגע אינעם מארד, אבער ווען בנימין האט זיך אנטזאגט, אויסצוגעבן די לאבוס'עס, כדי זיי צו קענען דן זיין ווי עס קומט זיך זיי, איז דאס אידישע פאלק געגאנגען אין מלחמה מיט אירע אייגענע ברודער שבט בנימין און אפילו געשוואוירן נאכ'ן קריג, נישט צוגעבן זייערע טעכטער פאר די ביסל לעבן פארבליבענע פונעם שבט. נאכדעם וואס בנימין איז שיער גענצליך אויסגעראכטן און פארניכטעט געווארן, פונעם מלחמה און אויך פון די מאנגל אין מיידלעך, האבן די אידן באדויערט און חרטה געהאט אויף זייער שבועה, און געזוכט וויאזוי דאס פאררעכטן און אפראטעווען א שבט פון אונטערגיין.
זענען זיי אויפגעקומען מיט א געדאנק. געהייסן די אינגע בחורים פון שבט בנימין גיין אויף זייער אייגענע אינציאטיווע צו די וויינגערטנער פון שילה און "פארכאפן" פון צווישן די טענצער זייער פאר'ל.
וַיֹּאמְרוּ יְרֻשַּׁת פְּלֵיטָה לְבִנְיָמִן וְלֹא יִמָּחֶה שֵׁבֶט מִיִּשְׂרָאֵל. וַאֲנַחְנוּ לֹא נוּכַל לָתֶת לָהֶם נָשִׁים מִבְּנוֹתֵינוּ כִּי נִשְׁבְּעוּ בְנֵי יִשְׂרָאֵל לֵאמֹר אָרוּר נֹתֵן אִשָּׁה לְבִנְיָמִן. וַיֹּאמְרוּ הִנֵּה חַג ה' בְּשִׁלוֹ מִיָּמִים יָמִימָה אֲשֶׁר מִצְּפוֹנָה לְבֵית אֵל מִזְרְחָה הַשֶּׁמֶשׁ לִמְסִלָּה הָעֹלָה מִבֵּית אֵל שְׁכֶמָה וּמִנֶּגֶב לִלְבוֹנָה. וַיְצַוֻּ אֶת בְּנֵי בִנְיָמִן לֵאמֹר לְכוּ וַאֲרַבְתֶּם בַּכְּרָמִים. וּרְאִיתֶם וְהִנֵּה אִם יֵצְאוּ בְנוֹת שִׁילוֹ לָחוּל בַּמְּחֹלוֹת וִיצָאתֶם מִן הַכְּרָמִים וַחֲטַפְתֶּם לָכֶם אִישׁ אִשְׁתּוֹ מִבְּנוֹת שִׁילוֹ וַהֲלַכְתֶּם אֶרֶץ בִּנְיָמִן
– שופטים כא, יז–כא
לויט ווי דער פסוק מאלט עס אראפ, רעדט מען דא איבער א יו"ט וואס האט קשר געהאט מיט די וויינגערטנער, ווארשיינליך אין פארבינדונג צום אקארשט פארענדיגטן שניט. ט"ו באב געפאלט אינמיטן דעם טרויבן-שניט, וואס דויערט געווענליך פון יולי ביז סעפטעמבער. די שייכות צווישן וויינגערטנער און ליבע טרעפן מיר שוין אין שיר השירים: "אשכול הכפר דודי לי בכרמי עין גדי" (שיר השירים א, יד) "אשקך מיין הרקח מעסיס רמני" (שם ח, ב) און די הולאנקעס און פריידיגע טעג אין די כרמים ווערן דערמאנט אין נאך אנדערע פלעצער אין תנ"ך.
אין די משנה ענדע מסכת תענית ווערט דער יו"ט באצייכנט אייניג מיט איר שטאנד ממש ווי יום כיפורים.
אמר רבן שמעון בן גמליאל: לא היו ימים טובים לישראל כחמשה-עשר באב וכיום הכיפורים, שבהן בני ירושלם יוצאין בכלי לבן שאולים, שלא לבייש את מי שאין לו – כל הכלים טעונים טבילה – ובנות ירושלם יוצאות וחולות [=מחוללות] בכרמים. ומה היו אומרות: שא נא עיניך, בחור, וראה מה את בורר לך; אל תתן עיניך בנוי – תן עיניך במשפחה.
נאך א רייע געשעהענישן האבן פאסירט אין דעם טאג אין לויף פון אידישע היסטאריע, אבער דאס וועלן מיר מוזן לאזן פאר א צווייטער, א צווייט מאל.
נשלח: מאנטאג יולי 22, 2013 12:32 am
דורך פערינא
דרייט זיך אויף וואטסעפ
ט"ו באב
דזשאו הגדול
ט"ו באב ווערט צום ערשט דערמאנט דוקא נאך איינער פון די טונקעלסטע צייטן אין אינזער היסטוריה. די מעשה פון פילגש בגבעה, וואס האט פאסירט בימי שפוט השופטים. אנגעהויבן האט זיך עס ווען מ'האט געפאדערט פון שבט בנימין ארויס צו געבן צום משפט זייערע מעמבערס וואס האבן גע'רעיפ'ט (מאנס געווען) א פרוי א גאנצע נאכט און זי איז אויסגעגאנגען פון דעם, און זיי האבן זיך אנטקעגן געשטעלט. האט זיך אנגעהויבן א ביטערע מלחמה צווישען אלע אידן און שבט בנימין ווי טויזענטער זענען נעבעך געשטארבן. און ווי די שטייגער איז געווען אין יענער צייט, האבן די שבטים געשוואוירען אז זיי וועלן נישט געבן זייער טעכטער צו קינדער פון שבט בנימין, אבער שפעטער (נאך יבש גלעד) קומט א ט"ו באב ("חג ד' בשלו, מימים ימימה") און מ'האט מורא אז א שבט פון כלל ישראל וועט אונטערגיין, קומט מען אויף מיט א געדאנק אז די מיידלעך וועלן זיך דרייען אין די כרמים און די בחורי שבט בנימין וועלן זיי כאפן, אזוי קומט אויס אז קיינער געט נישט זיין טאכטער צו שבט בנימין, נאר מ'כאפט זיי. די נעקסטע מאהל ווי מ'זעהט ט"ו באב איז בערך טויזענט יאר שפעטער ר׳ שמעון הנשיא (רשב"ג) וואס האט געלעבט נאכען צווייטע חורבן האט געזאגט אז די טאג איז די בעסטע טאג אין יאר, "לא היה ימים טובים לישראל כחמישה עשר באב שבהם בנות ישראל יוצאות בכלי לבן וחולות בכרמים, ומה היו אומרות? בחור, שא נא עיניך וראה מה אתה בורר לך". יעצט אלס פיין און גוט, מיידעלך און יונגלעך צוזאמען, אבער איז דאס די בעסטע טאג פאר כלל ישראל? און נאכמער אויב מ'קוקט אויף וואס די מיידלעך האבן געזאגט זעהט עס אויס ווי בכלל א פרעמדע פאלק, "יפיפיות שבהן מה היו אומרות? תנו עיניכם ליופי, שאין האשה אלא ליופי, מיוחסות שבהן מה היו אומרות? תנו עיניכם למשפחה, לפי שאין האשה אלא לבנים, מכוערות שבהם מה היו אומרות? קחו מקחכם לשם שמים".
די מאמרי חז"ל האבן געמאכט אסאך בויך ווייטאג פאר די מפרשים דורך די דורות, ווייל וויאזוי קען איך זאגען אז די מעשיות איז געשעהן אזוי ווי געשריבן און נאכדעם קומען דרייען די פרויען א קאפ מיט שייטלען, קליידער, שטרימפ, גאלן די קאפ, וכו' וכו'. ממילא האבן זיי געטוען וואס זיי האבן אייביג געטוען, פשוט נישט איבער דערציילט די מעשיות און געזוכט אנדערע סיבות גרויס צו מאכען ט"ו באב, און זיי האבן נאר גערעדט א גאנצע צייט וועגן די אנדערע זאכען וואס איז געשעהן ט"ו באב און נישט וועגען די עיקר זאכען וואס וועגען דעם פייערט מען עס. למשל אז ט"ו באב האבן די מתי המדבר אויפגעהערט גראבן גריבער, אדער די אחדות צווישען יהודה און די עשרת השבטים, און אפילו אז דעמאלס האט מען געענדיגט באגראבן די מתים פון ביתר נאך די מרד פון בר כוכבא. פשוט ווייל עס איז געשמאקע צו נעמען דאס פסוק "והצנע לכת" און ארויסקוועטשען פון דעם וועלכע קאליר און ווי דיק די זאקען פון פרויען דארפן זיין וכדומה, און וועגען דעם פארקוקן פילגש בגבעה און א ר' שמעון הנשיא, הקיצור זיכען דוחק'ס און מדרשים מסביר צו זיין ט"ו באב, ווי איידער זאגען אז "והצנע לכת" מיינט גיין צניעות'דיג, ותו לא!!! קענסט גיין וואס פאר א צודעק דו ווילסט אויפן קאפ, אפילו א human hair שייטעל אזויווי בימי המשנה (יוצאה אשה בחוטי שער בין משלה בין משל חבירתה... ובפאה נכרית, מס' שבת פרק ו' משנה ה') און דארפסט נישט שניידען די האר, אזוי בימי משה (און בן פלת, הלכות נדה, לגבי חציצה) מעגסט גיין מעיקאפ מיט פערפיום, אזויווי בימי התלמיד (רבי אליעזר פוטר בכובלת ובצלוחית של פלייטון במה דברים אמורים כשיש בהם בושם, שבת דף ס"ב ע"ב) א.א.וו.
אבער אנשטאט אנעמען אז ט"ו באב איז א מעגא באגראבן טאג און א טאג וואס מ׳האט זיך אויך אויפגעהערט באגראבן, וועל איך אריין גיין אין פשוט פשט, וואס איז די גרויסע שמחה אז די בחורים ובחורות האבן זיך געדרייט צוזאמען? און וואס איז פשט אין די ווערטער וואס די בנות ישראל האבן געזאגט? נאר דער שטייגער פון א טראדיציאנאלע פאמילע איז צו וועלן פארן קינד א שידוך די זעלבע ווי זיך, א אשכנזי וויל א אשכנזי, א חסיד וויל א חסיד, א גור'ע וויל א ספודיק א.א.וו. ליבע, שיינקייט, געפילען וכו' מאכט נישט אויס!!! ווילאנג ער קומט פון א "שיינע משפחה", דאס הייסט אזוי ווי אונז, איז אלעס גוט. אבער וואס ט"ו באב האט געטוען איז "ארויסגענומען די עלטערן פונעם החלטה און געשיקט די מיידלעך גלייך צו די יונגלעך", און פלוצלינג איז די דיין'ס טאכטער אהיים געקומען מיטן קצב'ס זוהן (ווייל ער האט געזוכט לשם שמים), און דער רבי'ס זוהן מיטן ליטווישען משגיח'ס טאכטער (ווייל ער האט געזוכט א מיוחסת) און דער ראש הקהל טאכטער מיט א ארבייטס בחור (ווייל ער האט געזוכט א יופי) וכו', און דאס האט געעפענט די קעפ פון די צמצום וואס מ'האט געטוהן אויפציען די קינדער, און אויף דעם האט ר׳ שמעון הנשיא געזאגט לא היה ימים טובים כחמשה עשר באב, ווען דאס מיידל פון א "נארמאלע" שטוב קען נעמען א ארבייטס בחור פון א "פראבלעם" שטוב אהן דעם וואס די אלע פיינע "עלטערע אחריות'דיגע" מענטשן זענען זיי מסביר אז "ס'פאסט נישט", פשוט ווייל זיי האבן אליינס מחליט געווען צווישן זיך אז זיי האבן זיך ליעב און זיי וועלן זיך קענען אויסקומען צווישען זיך. נישט קיין חילוק אויב די סיבה איז יחוס, רוחניות, אדער looks, די עיקר איז אז א חלק פון כלל ישראל זאל נישט ווערן אפגעשניטן! אז דו וועסט געבן די החלטה פאר די יונגע דור און זיך פארלאזן אויף גאט (און "באמת" גלייבן אין "ארבעים יום קודם יצירת הולד", און אין "באשערטקייט" א.א.וו.) אט דאס איז די גרעסטע טאג וואס איז שייך פאר די אידישע פאלק.
א פרייליכען יו"ט.
נשלח: מאנטאג יולי 22, 2013 12:51 am
דורך הוגה
טאמבל סאס, א גוטע התחלה, האסט א שטארקע שריפט.
פערינא, שכח פארן אהער ברענגען. ס'נישט קיין שלעכטער פשט. ווער איז דער דזשאו הגדול?
אגב, וואלט מעגליך געווען צו צוטיילן די ארטיקל אין פאראגראפן צו פארגרינגערן דאס ליינען? יישר כח למפרע.
נשלח: מאנטאג יולי 22, 2013 12:58 am
דורך אביגדור
ובכל מאודך וכו'
נשלח: מאנטאג יולי 22, 2013 3:01 am
דורך טעפל
[tag]טאמבל סאס[/tag] זייער שיין אראפגעלייגט, זיי ממשיך זאגסטעך אליינס אז ס'איז דא נאך וואס צו שרייבן.
נשלח: מאנטאג יולי 22, 2013 10:18 am
דורך קינות גירושין
סגייט פארקומען היינט נאכט א כינוס פאר אלע גירושים, אויף א שיף,דא אין nyc, פארשטייט זיך סגייט נישט זיין קיין פרויען, סגייט אבער נתחדש ווערן הייליגע זאכען וועגן שידוכים,
הדר קבלוהו ״חג בשידוכים״ סהייסט סגייט זיין something major
For more information
Achimbderech.blogspot.com
נשלח: מאנטאג יולי 22, 2013 10:24 am
דורך סאשי פיש
די היינטיגע טאג
נשלח: מאנטאג יולי 22, 2013 2:49 pm
דורך [NAMELESS]
איך וויל נישט פארדרייען די תורה'דיגע אשכול, אבער אינטערסאנט אז אין ארץ ישראל פייערט מען יא די יום טוב , אפילו גאגל פראוועט
נשלח: מאנטאג יולי 22, 2013 2:52 pm
דורך סאשי פיש
נאך בילדער פונעם יום טוב
נשלח: מאנטאג יולי 22, 2013 5:46 pm
דורך טעפל
ראשעקאל האט געשריבן:איך וויל נישט פארדרייען די תורה'דיגע אשכול, אבער אינטערסאנט אז אין ארץ ישראל פייערט מען יא די יום טוב , אפילו גאגל פראוועט
יא, אין מדינה איז עס א גאנצע חאגא נאך אפילו היינטיגע טאג..
נשלח: מאנטאג יולי 22, 2013 9:53 pm
דורך יפיש חייהון
די איינציגסטע יו"ט וואס חרדים מאכן זיך נישט וויסענדיג, פשוט ווייל עס שטימט נישט מיט אינזער אגענדע!!!!
ווי וואלט א אלטע אידישע אפיקורס געזאגט "ממש א שאנדע!!!"
נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 1:56 am
דורך קינות גירושין
היינט נאכט האבען איבער 150 גירושים געפראוועט דעם חג השידוכים, סאיז געווען עפעס מוראדיג
אין מילים!
נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 9:49 pm
דורך chosen people
קינות'ל עפעס מער פרטים?
נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 10:32 pm
דורך קינות גירושין
דעס האבן איינע פון די חברים געשריבען א שכוח:
Dear Achim Bderech, I would like to thank you for the most earth shattering (or in last nights case "water shattering") amazing, uplifting event, custom tailored for us brothers who are seeking a way in this challenging uncharted area of divorce & remarriage. I will try, to the best of my ability to put some of my thoughts, feelings and emotions into words. For starters the genuine caring and warm welcome, as I approached the entrance I was greeted separately by each of the Chashuva "Founding Brothers"! Then the reception complete with sushi, cake, fruit and drinks, followed by an informative speech By Martin Weinberger LCSW, explaining that one may have gone through a divorce but one "is not defined as divorced!" I don't want this to sound like a newspaper article so I won't go through the whole event in this manor, but I do need to express my utmost gratitude that besides all the fun & entertainment the core issue of moving on in life was fully taken into consideration & that you've announced that you"ll be launching an impressive, innovative, up to date shidduch database revolution! Of course the music & the food was phenomenal (I personally love the way Berry Webber sings)! The chizzuk, the comedy, the atmosphere, the kumzitz, the dancing, the heart, the soul, the warmth, the inspiration, the everything simply made me feel ecstatic!!! I personally pay a lot of attention to detail & I was blown away by how detailed and meticulous everything was planned & executed! I really could go on & on but there's no way to truly express feelings in words, so I'll just finish with a short bracha; That Hashem should help you & grant you many yeshuous & Hatzlachos in wondrous and exciting ways & may he also give you strength to continue providing heart & soul to this much needed & appreciated organization!
All the best, A grateful Brother
נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 4:16 pm
דורך יפיש חייהון
עס איז טאקע זייער א חשוב'ע זאך, אבער ווי זענען די רבנים און עסקנים? ווען עס איז שוין יא דא א ערנסטע אישאו לויפן זיי אלע אוועק פון דעם ווייל עס איז אביסל קאנטערווערסיל
נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 4:54 pm
דורך קינות גירושין
וועלכע אסקנים רעדסטו פון? די אינגעלייט וואס האבען געפענט די ארג זענען ביזנעסלייט וואס האבען געטון למעשה, זיי גייען נישט אויף ק״ש צו פרעגן ווי זענען די עסקנים, פארוואס טוסטו נישט וואס ספעלט אויס?
נשלח: פרייטאג יולי 26, 2013 4:11 pm
דורך גרוש
יא ס'איז געווען א מורא'דיגע מעמד,
מיין ארטיקל חודש כסליו האט געשלאגן ווארצלען, אזוי האבן מיר אינאיינעם געעפענט א ארגאנעזאציע מיטן נאמען "אחים בדרך"
ביז מ'זעמיר ב"ה צוגעקומען צו דעם מעמד
נשלח: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 12:05 pm
דורך שמעקעדיג
אשכולות אויפוועקער אלערט
נשלח: זונטאג יולי 26, 2015 11:52 pm
דורך געוואלדיג
טאמבל סאס האט געשריבן:נאך א רייע געשעהענישן האבן פאסירט אין דעם טאג אין לויף פון אידישע היסטאריע, אבער דאס וועלן מיר מוזן לאזן פאר א צווייטער, א צווייט מאל.
[tag]טאמבל סאס[/tag], אפשר היי יאר וועלן מיר זוכה זיין לדברים הרבה, עס איז נאך צייט.
בחור, שא נא עיניך וראה מה את בורר לך.. תנו עיניכם ליופי וכו'
נשלח: פרייטאג יולי 31, 2015 12:04 pm
דורך ירא שמים
געוואלדיג האט געשריבן:טאמבל סאס האט געשריבן:נאך א רייע געשעהענישן האבן פאסירט אין דעם טאג אין לויף פון אידישע היסטאריע, אבער דאס וועלן מיר מוזן לאזן פאר א צווייטער, א צווייט מאל.
[tag]טאמבל סאס[/tag], אפשר היי יאר וועלן מיר זוכה זיין לדברים הרבה, עס איז נאך צייט.
נו ! ואם לא עכשיו אימתי?!
נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 4:12 pm
דורך קהל'ס נער
לכבוד חג אהבתינו
נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 8:38 pm
דורך berlbalaguleh
קינות גירושין האט געשריבן:היינט נאכט האבען איבער 150 גירושים געפראוועט דעם חג השידוכים, סאיז געווען עפעס מוראדיג
אין מילים!
אן פרויען, ח"ו. סאו מיט וועים האבן זיי חתונה געהאט---???
ווי די קאמישע מעשה מיט יושע בהמה. דער גבאי פון ראפשיטצער רב. ווען מ'האט איהם געפרעגט פארוואס ער האט נישט חתונה, האט ער געענטפערט אז ס'איז איהם גוט ביים רעבי'ן. איי וואס 'עט זיין וועגן קינדער. האט ער געענטפערט...ס'הייסט?. די רבי וועט מיר געבן א ברכה און איכ'ל האבן קינדער. ...!
נשלח: זונטאג אוגוסט 06, 2023 9:53 pm
דורך כספי
berlbalaguleh האט געשריבן:קינות גירושין האט געשריבן:היינט נאכט האבען איבער 150 גירושים געפראוועט דעם חג השידוכים, סאיז געווען עפעס מוראדיג
אין מילים!
אן פרויען, ח"ו. סאו מיט וועים האבן זיי חתונה געהאט---???
ווי די קאמישע מעשה מיט יושע בהמה. דער גבאי פון ראפשיטצער רב. ווען מ'האט איהם געפרעגט פארוואס ער האט נישט חתונה, האט ער געענטפערט אז ס'איז איהם גוט ביים רעבי'ן. איי וואס 'עט זיין וועגן קינדער. האט ער געענטפערט...ס'הייסט?. די רבי וועט מיר געבן א ברכה און איכ'ל האבן קינדער. ...!
איך האב געהערט די מעשה אביסל אנדערש
ער האט געזאגט: קינדער? פאר קינדער על איך פארן קיין בעלז...