"דיוויזשין עוועניו": חסידים, היפסטערס ,און בייק לעינס

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
שלום דין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 01, 2013 4:11 am
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 211 מאל

"דיוויזשין עוועניו": חסידים, היפסטערס ,און בייק לעינס

שליחה דורך שלום דין »

פאר וועמען עס אינטערעסירט, פאלגענד איז א לינק צו מיין היינטיגן רעצענזיע אין דעם "פארווערד" אויפ'ן נייעם אוף-אוף-בראדוויי שפיל, "דיוויזשין עוועניו."

דער שפיל איז געשטעלט אנטקעגן דעם הונטערגרינד פון חסידים ווערסוס היפסטערס און זייערע ביציקלעך און דער פאליטישער צירקוס וואס איז אויפגעוואקסן איבער דעם נושא במשך די לעצטע פאר יאר.

"דיוויזשין עוועניו," געשריבן דורך מיקי בוין און דירעקטירט דורך דיען נאלען און פראדוצירט ביי דעם מידטאון אינטערנאציאנאלע טעאטער פעסטיוואל, איז איבער ביציקלעך, אבער נאך מער פון דעם איז עס איבער א קהילה וואס האט געלעבט פאר א האלבן יאר-הונדערט אין איר וויליאמסבורגער ענקלאווע באקוועם אפגעזונדערט פון דאס רעשט פון ניו יארק סיטי, און צום לעצט זיך געפונען אינוואדירט, במשך די 90ער און 00ער יארן, צום ערשט פיזיש, פון די היפסטערס און דזענטריפיקעישען, און דערנאך ווירטואליש, דורך דעם אינטערנעט און די.ווי.די.ס און סמארט-פאןס.

לייענט דא דאס איבעריגע (ענגליש):

http://blogs.forward.com/the-arty-semit ... ily-drama/

קאמענטארן זענען וועלקאם...
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

זייער א שיינע רעצענזיע (כ'האב נישט קיין אהנונג וואס דער ווארט מיינט...) שלום.

איך פארשטיי נישט פאר וועמען די שפילן און פילמס איבער חרדים ווערן פראדוצירט. זענען דען סעקולארער מענטשן אזוי אינטערעסירט אין א שפיל איבער אידן? און פאר אונז איז גאר שווער צו וואטשען א פלעי אדער פילם וואס האט אזא שוואכע רעזעמבלענץ צו די real world. איך קען עס נישט פארשטיין, ווי שווער איז אויפצונעמען א פרומע איד אלץ אן אדווייזארי ראלע צו מאכן זיכער אז עס איז אטענטיש? פארוואס קענען זיי נישט נעמען איינעם א שטייגער ווי שניצלער (ער האט דאך עס שוין געטון כאטש איין מאל)., אדער אפילו דיר?

א שפיל פון וויליאמסבורג וואס ריזעמבלט ניטאמאל די עכטע וויליאמסבורג, אפילו די פלאט די קאנפליקט איז נישט ריאליסטיק. זיי מעגן זיך אלע לערנען פון די 'שטיסל' series אין ארץ ישראל, יענץ איז גאר געשמאק צו וואטשען.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
שלום דין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 01, 2013 4:11 am
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 211 מאל

שליחה דורך שלום דין »

ביסט 100% גערעכט מיט אלעס וואס דו שרייבסט. און וויבאלד מ'רעדט דא צווישן היימישע, 'על איך זאגן מער: דער שרייבער האט מיך מתחילה געבעטן איך זאל געבן מיין מיינונג אויפ'ן סקריפט, כ'האב מיך אבער אנטזאגט ווייל איך האב געוואוסט כ'וועל מסתם וועלן שרייבן דערוועגן און געוואלט בלייבן אביסל אביעקטיוו. כ'האב איר אבער געגעבן עטליכע היימישע נעמען וואס וואלטן איר געקענט א מחי' צוהעלפן (ס'איז דא ב"ה צענדליגער צענדליגער וואס וואלטן עס געטון גערן) און ווי ווייט איך ווייס איז זי צו קיין איינס פון זיי נישט געגאנגען. ס'האט מיך זייער געבאדערט, ווייל כ'האב גראדע יא געוואלט דער שפיל זאל גוט אויסקומען. אנשטאט דעם האט זי זיך אויפגעטון צו מיר אז דריי מאל האט זי געצאלט געלט פאר איינעם איר ארום צו פירן און ווייזן וויליאמסבורג. נו, וועם האט זי געבעטן, מיינסטו? א וויליאמסבורגער אינגערמאן? אדער כאטש אפשר איינער מיט א קלענערן קאפל אבער דאך א היימישער? א רעטעך. זי'ט געבעטן עפעס א רעפארם ראביי. אזא איינער וואס קען וויליאמסבורג אזוי ווי איך קען די העמפטאנס.

איך האב פרובירט מסביר זיין, אבער זי'ט נישט אנגעהויבן צו פארשטיין. "ער איז דאך א ראביי," זאגט זי מיר. נו, איז עס איר שפיל, נישט מיינס.

ווי דו זעסט, רעגט עס מיך זייער. איין טאג 'על איך נאך שרייבן וועגן דעם גאנצן נושא.

בנוגע שטיסל, אינטערעסאנט דו מערקסט עס אן. כ'האב פונקט נעכטן עס אנגעהויבן קוקן, און געוואונדערט צו דאס וואס אלעס זעט אויס אקוראט איז טאקע אזוי, אדער נאר אפשר ווייל איך בין נישט אליין קיין ארץ ישראל'דיגער, ממילא כאפ איך נישט די אונאקאראטישע דעטאלן. דאס איז אבער זיכער אז פילמען וכדו' וואס קומען ארויס פון א"י וועגן חרדים זענען אסאך אסאך בעסער ווי אמעריקאנע. (חופשת קיץ (אין ענגליש: My Father, My Lord), אושפיזין, שטיסל, סימני שאלה, א.א.וו.)

נ.ב. רעצענזיע מיינט א "ריוויו," עכ"פ לויט ווי עס ווערט גענוצט אין דעם יידישן "פארווערטס."
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

שלום דין האט געשריבן:כ'האב איר אבער געגעבן עטליכע היימישע נעמען וואס וואלטן איר געקענט א מחי' צוהעלפן (ס'איז דא ב"ה צענדליגער צענדליגער וואס וואלטן עס געטון גערן) און ווי ווייט איך ווייס איז זי צו קיין איינס פון זיי נישט געגאנגען.

כ'האב פיינט זיך צו שטעלן אויף מינדערוויכטיגע דעטאלן, אבער בין איך דער איינציגער וואס כאפט די איראניע? :lol:
האדם לא נברא אלא להתענג
שלום דין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 01, 2013 4:11 am
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 211 מאל

שליחה דורך שלום דין »

יאיר האט געשריבן:

זיי מסביר, ביטע?

אויב מיינסטו דאס וואס זעהט אויס ווי א פליטת פה, נו וואס זאל איך טון אז דאס אויסדריק האט נישט קיין פארגלייך מיט עפעס אנדערש וואס שרייבט/זאגט/הערט זיך מיט'ן זעלבן געשמאק... ;)
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

וואו אין ווען שפילט עס?
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
שלום דין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 01, 2013 4:11 am
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 211 מאל

שליחה דורך שלום דין »

הוגה האט געשריבן:וואו אין ווען שפילט עס?

פון נ.י. טיימס:

Division Avenue Tickets and Showtimes

Opening Date: July 17, 2013
Closing Date: August 3, 2013

Next Five Shows:
Sunday, July 28, 2013 1:00 PM
Monday, July 29, 2013 8:30 PM
Thursday, August 1, 2013 8:30 PM
Saturday, August 3, 2013 7:30 PM

Abingdon Theatre Complex
312 W. 36th St.
New York, NY 10018

Ticket Price: $18; $15 students
Ticket Information: 866-811-4111; http://www.midtownfestival.org

http://theater.nytimes.com/show/128973/ ... /showtimes
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

שלום דין האט געשריבן:בנוגע שטיסל, אינטערעסאנט דו מערקסט עס אן. כ'האב פונקט נעכטן עס אנגעהויבן קוקן, און געוואונדערט צו דאס וואס אלעס זעט אויס אקוראט איז טאקע אזוי, אדער נאר אפשר ווייל איך בין נישט אליין קיין ארץ ישראל'דיגער, ממילא כאפ איך נישט די אונאקאראטישע דעטאלן. דאס איז אבער זיכער אז פילמען וכדו' וואס קומען ארויס פון א"י וועגן חרדים זענען אסאך אסאך בעסער ווי אמעריקאנע. (חופשת קיץ (אין ענגליש: My Father, My Lord), אושפיזין, שטיסל, סימני שאלה, א.א.וו.)
"

די שטיסל סעריס ווערט אנגעפירט און געשריבען דורך צוויי יוצאי ישיבות וקהילות חרדיות, ווי אויך האבען זיי געהאט מערערע יועצים פון אינערהאלב חרדי'שע קהילות על כל פרט ופרט. נאך אלעס איז דא פארשידענע אי-דיוקים, שלימות איז נישט פארהאן.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל

שליחה דורך שרגא »

יאיר האט געשריבן:
שלום דין האט געשריבן:כ'האב איר אבער געגעבן עטליכע היימישע נעמען וואס וואלטן איר געקענט א מחי' צוהעלפן (ס'איז דא ב"ה צענדליגער צענדליגער וואס וואלטן עס געטון גערן) און ווי ווייט איך ווייס איז זי צו קיין איינס פון זיי נישט געגאנגען.

כ'האב פיינט זיך צו שטעלן אויף מינדערוויכטיגע דעטאלן, אבער בין איך דער איינציגער וואס כאפט די איראניע? :lol:

כ'האב זיך אויך פיינט צו שטעלן אויף מינדערוויכטיגע דעטאלן, אבער בין איך דער איינציגער וואס האלט אז אין דעם פאל איז נישט געווען ריכטיג צו נוצן דאס ווארט "איראניע"?
(ס'איז גארנישט, כ'האב פשוט געוואלט זיך ארויסגעבן וואס כ'האב אמאל געליינט אז דאס ווארט "איראניש" מיט איר ספעציפישע באדייט ווערט אפט גענוצט דורך מענטשן ווען עס באלאנגט נישט... איראניש, ניין?)
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

דו מיינסט דאס?
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל

שליחה דורך שרגא »

געפילטע,
איך האב עס נישט געזען אזוי הומאריסטיש אראפגעלייגט, נאר א טריקענע ארטיקל, אבער דאס איז דער געדאנק.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

שרגא האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:
שלום דין האט געשריבן:כ'האב איר אבער געגעבן עטליכע היימישע נעמען וואס וואלטן איר געקענט א מחי' צוהעלפן (ס'איז דא ב"ה צענדליגער צענדליגער וואס וואלטן עס געטון גערן) און ווי ווייט איך ווייס איז זי צו קיין איינס פון זיי נישט געגאנגען.

כ'האב פיינט זיך צו שטעלן אויף מינדערוויכטיגע דעטאלן, אבער בין איך דער איינציגער וואס כאפט די איראניע? :lol:

כ'האב זיך אויך פיינט צו שטעלן אויף מינדערוויכטיגע דעטאלן, אבער בין איך דער איינציגער וואס האלט אז אין דעם פאל איז נישט געווען ריכטיג צו נוצן דאס ווארט "איראניע"?
(ס'איז גארנישט, כ'האב פשוט געוואלט זיך ארויסגעבן וואס כ'האב אמאל געליינט אז דאס ווארט "איראניש" מיט איר ספעציפישע באדייט ווערט אפט גענוצט דורך מענטשן ווען עס באלאנגט נישט... איראניש, ניין?)

אן אטעאיסט וואס דאנקט דעם באשעפער אז עס זענען פארהאן חסידישע אידן וואס זענען גרייט ארויסצוהעלפן א שפיל וואס דעפיקט די נאאיווקייט פון חרדים. איי מיען, אויב דאס איז נישט איראניש, וואס איז יא? :lol:
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל

שליחה דורך שרגא »

יאיר,
ריכטיג. אויב האסטו דאס געמיינט, ביסטו הונדערט פראצענט גערעכט צו נוצן דעם ווארט. (נאר נאכ'ן זען וויאזוי דער "בעל דין" האט עס אפגעליינט, האב איך אויך געמיינט אז דאס האסטו געמיינט).
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

ווא איז שטיסעל סיריס?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

זעה דעם אשכול פון דא און ווייטער: viewtopic.php?f=23&t=3817&start=25
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

יעצט ג'וואטשט די פערטע חלק שטיסל, איך בין קרעזי דערפאר ספעציעל די באבע זי עקט אזוי ארגינאל זי מוז זיין א היימישע בתחלה. מיר האט באנומען ווי דער כולל אינגערמאן צבי אריה ציוויינט זיך וויאזוי ער וואלט געקענט זיין א שיינער זינגער נאר זיין טאטע האט נישט געלאזט און היינט חאפט ער מייז פאר זיין ווייב. זייער ארגינעל אסאך פון אונז קענען זיך אידענטיפיצירן מיט דעם סענטימענט.

איך וואלט געראטן די אמעריקאנער זאלן צורו לאזן חרידים זיי קענען אונז נישט שפילן, ניטאמאל נאנט. לאזט עס פאר די איזראעליס.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

קודם כל דארפן זיי זיך נישט אויסלערנען א נייע שפראך אזוי ווי דא, סך הכל דארפן זיי זיך אויסלערנען צו זאגן ברוך השם און נאך אפאר ווערטער מיט די חסידישע הברה. ווי אויך קולטוראל זענען זיי סאך נענטער צום חדרישן עולם ווי דא אין אמעריקא. אבער מ'זעט אפאר קלייניקייטן וואס א היימישער כאפט אז אזוי וואלט עס נישט צוגעגאנגען ביי אונז, ווי למשל די לחיים ווי מענער און פרויען פון ביידע משפחות שמועסן צוזאמען ביים טיש.
פארשפארט