בלאט 1 פון 21

גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 2:31 am
דורך שעפטל
ביטער! ביטער! מ'האט דערויף געציטערט, אבער געהאפט ס'וועט למעשה זיך עפעס טוישן.

קומט יעצט אריין די שרעקעדיגע נייעס, אז מ'רעדט שוין נישט פון אז מ'האט מורא אז ס'גייט ווערן א געזעץ, ס'איז א פאקט! ס'איז שוין א געזעץ!

די כנסת המינים האבן יעצט געשטימט 64 קעגן 21 איבער די נייע געזעץ אריינצושלעפן די ישיבה בחורים אינעם טריפה'נעם צה"ל רח"ל.


כלל ישראל האט פראטעסטירט איבער די וועלט אויסשרייענדיג זייער וויי געשריי, דערביי אוועקגעלייגט אלע פריוואטע דיפערענצן פוו צווישן זיך, מ'האט מתפלל געווען און איינגעריסן טעגליך, מ'האט -על פי פקודת ראשי ישיבת בא"י- פלייסיג געלערנט האפענדיג די כח התורה וועט באשיצן, אבער מיט די רשעי ישראל מיט זייער בחירה האט מען נישט געקענט אויפטוהן.

יא היינט האבן די פרומע חברי הכנסת געזאגט תהילים און סליחות אז ס'זאל נישט צושטאנד קומען, קוקט אבער אויס אז ס'האבן אמאל געלעבט קליגע אידן וואס האבן אוועקגעמאכט זייער טענה אז 'פוו אינעווייניג וועלן מיר אסאך קענען אויפטוהן'...! זיי זענען אדורכגעפאלן! זיי זענען א מעט מן המעט, און אלע אנדערע פראקציעס ווילן זעהן א נקמה אין זיי, און ליידער לאכן די פרייע א גוטס ס'לעצטע.

אבער, כלל ישראל געט נישט אויף!

העמער זעהן צו ס'וועט זיין פרטים וואס וועלן יבוא'נען.

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 3:01 am
דורך מאיר_וואלף
כלל ישראל געט נישט אויף, כלל ישראל גייט ווייטער דערביי אוועקגעלייגט אלע פריוואטע דיפערענצן פוו צווישן זיך, און מיט א פאראייניגטע כח ווייטער מלחמה האלטען דערקעגן

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 5:03 am
דורך יאיר
יא היינט האבן די פרומע חברי הכנסת געזאגט תהילים און סליחות אז ס'זאל נישט צושטאנד קומען, קוקט אבער אויס אז ס'האבן אמאל געלעבט קליגע אידן וואס האבן אוועקגעמאכט זייער טענה אז 'פוו אינעווייניג וועלן מיר אסאך קענען אויפטוהן'...! זיי זענען אדורכגעפאלן!

אוי, וואו איז געווען זייער שכל?! ווען זיי וואלטן נאר פארשטאנען דעם ווייטן בליק אז מיט עטליכע פראטעסטן אין מאנהעטן און א צאל אייער שיסער קען מען באקומען זאפארט די נויטיגע רעזולטאטן וואלטן מיר היינט נישט געהאלטן דא. אבער ס'איז נאכנישט צו שפעט! לאמיר צוזאמען ארויסגייען אין די גאסן מיט קייטעלעך אויף די ארעמס און פראוועזארישע תפיסות ארום אונזערע פארשמאכטעטע גופים באדעקט מיט זעק פון די רשעות'דיגע ארמיי און אויסשרייען דעם דבר ה' בקול חוצב להבות אש אויף אונזער אידישער מאמע לשון! לאמיר ווייזן פלאקאטן מיט בלוט פארשמירטע שווערדן וואס די רשעים די ציונים שטעכן אריין אין גאנץ כלל ישראל בשעת'ן אראפפירן פון וועג שלומי אמוני ישראל דורכ'ן זיי צווינגען צו גיין ראטעווען דאס לאנד פון די איידעלע אראבישע טעראריסטן וואס זענען משתוקק אז כלל ישראל זאל שוין מקיים זיין די שלוש שבועות! לאמיר ארויסגיין בראש כל חוצות אויסשרייען דעם וויי געשריי וואס רייסט זיך ארויס פון אונזערע אויסגעטרוקנטע העלזער, דערנאך לאמיר טרונקען א גלעזעלע וואסער וואס די עסקנים מיט די ארעם בענדער וועלן אריינגיסן פון א קילער סעלצער באטל בשעת מיר כאפן אן דעם גלעזל מיט ביידע הענט און שטילן דעם דארשט! און ווען אייער דארשט איז געשטילט, לאמיר אלע שרייען צוזאמען, פוי!!!!! און דערביי האט אינזין דאס וואס רבינו הקדוש שרייבט אין ויואל משה, פוי, פוי, ופוי, מעבירין את רוע הגזירה!

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 5:25 am
דורך פידלער

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 7:37 am
דורך לעיקוואד

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 8:15 am
דורך שעפטל
די חרידישע חברי בית המינית האבן געריסן קריעה הערנדיג די בשורה רע

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 8:18 am
דורך שעפטל
[tag]יאיר[/tag], נישט אוועקצוקריכן פונעם ענין דא וועל איך דיר ענטפערן אין קורצן.
אין פאקט ווען נישט מ'נעמט געלט פון זיי, און ווען מ'שטעלט נידט ארויס אייגענע דעפאטאטן וואלט די מדינה קיין שליטה נישט געהאט אין די חרידים סיי ביי די תכנית הליבה און סיי יעצט ביי גיוס.
דאס איז א זאך וואס איז געפראווט געווארן ביי אפילו דע וואס נעמען יא און באטייליגן זיך יא ביי די בחירות מיט א חוב קדוש בדחילו ורחימו.
ס'איז א שמועס פאר זיך

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 8:35 am
דורך איחוד פעלד
לכאורה אבי גערעדט.

וואס האט נעמען געלט מיט גיוס?

און מיט ליבה קען זיין ביסט גערעכט, אויך נישט זיכער, ווייל זיי ווילען נישט האבן מיליאן מענטשען וואס ווייסען נישט וויאזוי צומאכען פרנסה חוץ דורך שנארען. און ווען קיינער נעמט נישט קיין געלט איז מעגליך אז זיי מאכען א גזירה אז מען מוז לערנען לימודי חול, נישט קיין חילוק צו יא געלט צו נישט.

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 9:58 am
דורך אבי גערעדט
לכאורה די איינציגסטע חרדישע סייט, ווי מיטגלידער דריקן אפן ארויס זייער סימפאטיע און שמחה מיט דעם גיוס געזעץ

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 10:07 am
דורך קרעקער
סאיז דא ניקס וואס זענען דא נאר מיטען ציל צו שרייבען אזעלכע פאוסטס ווי חסדי ה' און אנדערע דברי כפירה און פארשמירען קאווע שטיבעל אין די אויגען פון נארמאלע חסידישע יודען
ודל

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 10:14 am
דורך חזקיהו המלך
אונז האמער שוין געזעצען פין דעם בארג סיני, אין יענע געזעץ זאגט אז מען טאר נישט גיין, האסטע געהערט קומען זיך צאם א פאר ליידיגגייער אין מאכען "געזעצען", ווער זענען זיי ?!, וועמען איז עס מחייב ?!, גיי אינפארסיר א געזעץ ווען הונדערט טויזענט בחורים זענען גרייט אויף מסירות נפש,

ס'נארישקייטען זיי קענען נישט איינזעצען הונדערט טויזענט בחורים, ווען די אלע בחורים געבען א שפיי ווערט די גאנצע כנסת דערטראנקען, זייט ווען דערשרעקט מען זיך פין זייערע "געזעצען", יא געזעץ נישט געזעץ, ס'וועט זיי קיין סאך נישט העלפען, ס'איז אבי גערעדט,

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 10:30 am
דורך נאר,,פרייליך
חזקיהו המלך האט געשריבן:אונז האמער שוין געזעצען פין דעם בארג סיני, אין יענע געזעץ זאגט אז מען טאר נישט גיין, האסטע געהערט קומען זיך צאם א פאר ליידיגגייער אין מאכען "געזעצען", ווער זענען זיי ?!, וועמען איז עס מחייב ?!, גיי אינפארסיר א געזעץ ווען הונדערט טויזענט בחורים זענען גרייט אויף מסירות נפש,

ס'נארישקייטען זיי קענען נישט איינזעצען הונדערט טויזענט בחורים, ווען די אלע בחורים געבען א שפיי ווערט די גאנצע כנסת דערטראנקען, זייט ווען דערשרעקט מען זיך פין זייערע "געזעצען", יא געזעץ נישט געזעץ, ס'וועט זיי קיין סאך נישט העלפען, ס'איז אבי גערעדט,



דער פראבלעם איז אז מען האלט נישט ביים שפייען צו פארשוועמען דעם כנסת נאר אדרבה מען לאזט נישט ארויסגיין אין די גאסען מוחה זיין איבער די גזירה ווייל די פאליטישענס ווילען זיך נאך אנפילען די טאשען מיט די געלטער פינעם רעגירונג

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 12:02 pm
דורך גיבור
סתם פאר די פאקט!!!!!!
די געזעץ איז דערווייל נאר אריבער די ערשטע אפשטימונג און עס איז נאך נישט קיין פאקט ביז עס וועט אריבער גיין די צווייטע און דריטע אפשטימונג וואס וועט פארקומען די קומענדיגע ווינטער .

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 12:10 pm
דורך קעגן די נעט
Lapid: The Chareidim are Delaying the Arrival of Moshiach

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 12:12 pm
דורך שעפטל
פאר די אלע וואס האבן געבעטן אין אישי

ח"כ מאיר פרוש דרייט איבער די כנסת אנטוענדיג קייטלעך אויף די הענט

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=VZFN-gOTZ14[/youtube]

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 12:14 pm
דורך שעפטל
חברי כנסת משה גפני און ישראל אייכלר רייסן קריעה

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=JgyK0-lmQFk[/youtube]

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 12:17 pm
דורך שעפטל
קעגן די נעט האט געשריבן:Lapid: The Chareidim are Delaying the Arrival of Moshiach


[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=GwBgS-_qwQM[/youtube]

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 1:04 pm
דורך יתרו
אבי גערעדט האט געשריבן:לכאורה די איינציגסטע חרדישע סייט, ווי מיטגלידער דריקן אפן ארויס זייער סימפאטיע און שמחה מיט דעם גיוס געזעץ

ווייל דאס איז די איינציגסטע סיייט וואס עס דרייען זיך נאך אפאר נארמאלע חרדים, וואס זענען נאך נישט אינגאנצען מטומטם געווארען פון די ברעין וואשינג וואס די חרדישע פרעסע באגיסט אונז יומם ולילה מיט אזאלעכע זינלאזע טענות ווי גזירות שמד; עקירת הדת; וכו' ווען סך הכל רעדט מען אז בחורים-נאך זיך אנפילן מיט תורה און יראת שמים פאר גאנצע זעקס יאר- זאלן גיין דינען אין מיליטערר פאר צוויי יא אזוי ווי יעדע אנדערע בירגער און לאנד. היה תהיה.

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 1:04 pm
דורך diff
חזקיהו המלך האט געשריבן:אונז האמער שוין געזעצען פין דעם בארג סיני, אין יענע געזעץ זאגט אז מען טאר נישט גיין,
Seems you were not there
האסטע געהערט קומען זיך צאם א פאר ליידיגגייער אין מאכען "געזעצען", ווער זענען זיי ?!, וועמען איז עס מחייב ?!, גיי אינפארסיר א געזעץ ווען הונדערט טויזענט בחורים זענען גרייט אויף מסירות נפש,
They are considered the isreali kingdom, whoever doesent listen is mored bemalchut
ס'נארישקייטען זיי קענען נישט איינזעצען הונדערט טויזענט בחורים, ווען די אלע בחורים געבען א שפיי ווערט די גאנצע כנסת דערטראנקען, זייט ווען דערשרעקט מען זיך פין זייערע "געזעצען", יא געזעץ נישט געזעץ, ס'וועט זיי קיין סאך נישט העלפען, ס'איז אבי גערעדט,
They are building a new center part military part jail. and will make sure to make yiddiskeit impossible in jail

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 1:17 pm
דורך שמעקעדיג
אינטרעסאנט ווי ערליכע אידן עובדי ה' ולומדי תורה מתוך הדחק זענען מטומטם און געברעינוואשד און מורדי במלכות און האלטן אויף די גאולה;
און די פורקי עול - וועלכע מאכן תפיסות און וועלן זיכער מאכן אז מען קען נישט היטן אידישקייט דארט - און שניידן אראפ בארד און פיאות פון די מיליטער לייט - זיי דארפן מען פאלגן, און אז נישט איז מען א מורד במלכות...
מי ומי ההולכים?
נישטא ווער ס'זאל לאכן.

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 1:24 pm
דורך שעפטל
כ'לאך ווי ס'זיצן זיך דא אידן פארשטיפט אין זייער אפיס סיי ווי אין די וועלט און סקריבעלט דא ארום אז מ'דארף גיין, מ'דארף דינען.
האלא! הייב דיך אויף פון דיין זיצער און גיי דינען דיין לאנד! אויב איז דיין חיבת הארץ אזוי טייער, מאך אן עלי' און גיי דינען אין די מיליטער וואס איז דיר אזוי צום הארצן! שרייב נישט ווי קיין צולייגער דא און טוה וואס דו האלסט אז ס'איז ריכטיג און וויכטיג פאר יענעם צו טוהן!

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 1:26 pm
דורך איך אויך
דער לפיד רעדט ווי היטלער ,נאו שאלה עבאוט איט.

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 1:34 pm
דורך [NAMELESS]
פארוואס רעדט ער ווי היטלער, ער רעדט דברים של טעם אין מיינע אויגן. וואס היטלערסטו ארום?