סטאקס, וואס?? וויאזוי?? וואו?? ווען?? ווער??
נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 2:54 pm
זיצענדיג אינטערן בוים, מיט מיין יונגערען ברידער, א חשובער כולל יונגערמאן, שמועסינדיג על הא ועל דא, האט ער זיך אנגעהויבען אביסעל אויסצורעדן צו מיר, אז זיין מצב הפרנסה איז געדרוקט, די כוללים מאכן קונצען, זיין רעבעצינ'ס ארבייט מאכט קונצען, צו איך האב עפעס א געדאנק פאר אים, נאך איידער איך האב געסטאנדזשעט אים עפעס צו ענטפערען, פרעגט ער מיך צו איך קען עפעס וועגן סטאקס, און דער שמועס האט זיך פארקירווערט צו די סטאק נושא, וויל איך זיך אביסעל אדורך שמועסן מיט'ן עולם דא, און פרעגן מיינע פראגן, איבער די סטאק נושא, און איך בעט מעומקא דליבי, ביטע נישט פארדרייען דעם אשכול, נאר זיך האלטען אויף די שינעס פון ארויסהעלפן א יוד, ס'איז נוגע אויף למעשה, איך בעט נישט סתם מאלן וואסער, נאר געבן פראקטישע עצות, טיפס, ערקלערונגען.
1) וואס איז דאס סטאק'ס, מיינענדיג, וויאזוי ארבייט דאס?, וואו שאפט מען דאס?, וואס טוט מען מיט דעם?, וויאזוי מאכט מען געלט פון דעם?
2) וויאזוי וויס איך און וועלכע סטאק יא אדער נישט צולייגען,
3) וויאזוי ווייס אין ווען יא אדער נישט צו לייגען
4) איז סטאקס טאקע א געלט טאקטיק, אדער א צייט פארברענגעריי, מיט אפאר דאלער או די זייט
5) וואס איז די סיבה אז מענטשען ווערן פארארימט דורך סטאק'ס, איז דאס וועגן זיי זענען אומבאלענסירט, ווילד און זייערע השקעות, אדער די סטאקס כשלעצמו מאכט רייך און ארים
6) און אויב די ענטפער אויף די פריערדיגע שאלה איז אומבאלאנססירטקייט, אזי פארוואס איז דא מענטשען וואס מיטשענען זיך אויף געלט, ילכו לסטאקס מיט א באלאנס און אויסגערעכנטקייט, און אלעס איז בסדר
7) קען מען טאקע מאכן א ליווינג פון סטאקס
8) וואס הייסט אז עס גייט ארויף\אראפ,
באמת האב איך נאך אסאך צו פרעגן, נאר איך הייב אן מיט דעם, און מיט די צייט וועל איך עס פרעגן, אוויב עס וועט נישט פארענטפערט ווערן מיט אייערע ווערטער
מיין ברודער האט מיר געזאגט א מהלך וואס ער האט געטראכט, כבין נייגעריג צו הערן וואס דער עולם זאגט צו דעם, לאמיר זאגען ער נעמט 500 דאלער און דאס איז ער גרייט צו פאלירען, און דאס גייט זיין די קרן לעולם ועד, און די רגע וואס עס גייט אביסעל ארויף אפילו נאר 10 דאלער למשל, נעמט ער דאס גלייך ארויס, און 10 פארצענט פון דעם לייגט ער צו צו די קרן, מיינענדיג אז פון יעצט איז זיין קרן 501 און אזוי ווייטער און וויטער,
איז לאמיר הערן איערע מיינו נגען, עקספריענס און דעם פעלד ואני תפילה אז מען זאל עפעס מרויח זיין פון דעם גאנצען שמועס, און איך בעט נאכאמאל ווער עס וויסט נישט זאל נישט אריינרעדן, און זיך האלטען אויף די שינעס פונ'ם סטאק נושא