גאר אפט אין פארשידענע אשכולות קומט אויף א שמועס אז ביי אונז חסידישע חרדים וואס ווערען אויף געצויגען על טהרת הקודש, איז דא א חסרון בנוגע אונזער באנעמונג צו נשים. דהיינו, אונז באטראכטען זיי ווי א אביעטקטען, א "חפצא". ד.ה. מען קוקט זיי נישט אהן ווי מענטשען, און מען גיט זיי נישט קיין דרך ארץ ווי א מענטש, א פרוי רעדט צו דיך, קוקט מען אין דער זייט, מען לאכט פין פרויען, מען לאכט פין זייערע משוגעת'ן (אופס), און דער מכה בפטיש איז, אז מען האלט פרויען פאר אביעקטען (חפצות) לשם איין זאך, און ממילא איז עס סינאנעמעס מיט חטא, לפתח חטאת רובץ, און מען וויל נישט האבען מיט זיי קיין מגע משא, ווייל מען האט מורא אז מען וועט חלילה נכשל ווערען וכו'.
שוין, מסכים, איך קוק (פראביר) היינט אויף פרויען ווי מענטשען, נישט חלילה קיין אביעקט, איך רעד מיט א פרוי פראביר איך צו ענטפערען מיט א גלייכע פנים אזוי ווי איך וואלט גערעדט צו א מאנספערזאהן וכו'.
והוא הדין די אייגינע ווייב דארף מען פראבירען אנצוקוקען און רעדען אזוי ווי א מענטש, נישט אייביג רעדען ענינים של קלות ראש, נאר רעדען ווי מען וואלט גערעדט צו א פרעמדען, און טריטען ווי א "מענטש". מסכים.
די שאלה איז אבער, לעצטענס איז מיר געגאנגען אויף'ן געדאנק. וואס טוט זיך מיט מיר אליין, ווי אזוי ווער איך אליין אנגעקוקט ביי אנדערע, ווי א מענטש אדער ווי א חפץ?
עס טיילט זיך איין אין אפאר חלקים.
א. מיין שטוב, ד.ה. מיין ווייב, בין איך א מענטש אדער א חפץ?
ב. מיין אידישע געזעלשאפט, מיין קהלה חסידות בהמ"ד, וואס בין איך דארט?
ג. מיין גוי'שע שייכות.
לגבי א. בין איך א מענטש בכלל? אדער א נישט מער ווי א מאשין וואס פראדעצירט געלט פאר די הנאה פין מיין ווייב און קינדער?
לגבי ב. מיין קהלה ביהמ"ד, קוקען מיר אויך נאר אהן ווי א חלק פין די אינווענטארי, אדער גיב איך געלט, און אז נישט גיב איך כבוד דורך צוגעבען פלייש.
לגבי ג. די גוים און גוי'טעס וואס איך האב שייכות מיט דורך די ארבעט. מה אני? קוקען זיי מיר אהן ווי א מענטש בכלל? אדער ווי א מאדנע אידישע פארשוין מיט א לאנגע בארד און וועסטעל וואס איז אנגעפילט מיט ווייסע פלעקען פין די דאנדראף, און טראכטען אז זיי ניצען אויס דער קעפעל פין דעם אידישען חכם, וואס ווייסט עפעס אייביג ווי אזוי זיך אן עצה צו געבען נאכדעם וואס אלע האבען שוין אויף געגעבען?
דער איינציגסטער סוג וואס איך פיל קוקט מיך אהן ווי א מענטש, זענען די חברים מיט וועמען איך פארברענג אין פיזיקאלע ק"ש, אדער אין מקוה, זיי רעדען נארמאל סתם לשם רעדען, נישט ווייל זיי ווילען מיר אויסקוועטשען פאר וואס איך קען זיי געבען.
בין איך א גברא אדער א חפצא
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
בין איך א גברא אדער א חפצא
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
- שרגא
- היימישער באניצער
- הודעות: 548
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל
קודם דארף איך מוחה זיין אז דו זאגסט אויף פרויען אז "מען קוקט זיי נישט אהן ווי מענטשען", קוק דעם לענגערן תגובה אין וועלכן איך האב זיי בארימט און כמעט געשטעלט אלס "מבחר האנושי" אין דעם אשכול.
און לגבי דיין שטוב: האלטסט אויך אז דיין פרוי איז נאר א "חפצא" (אביעקט בלע"ז) צו רוימען, אנגרייטן נאכטמאל און צושטעלן אנדערע געברויכן? איך האף אז נישט. די זעלבע דו, עס ווענדט זיך צי מען שטעלט צו וואס מען דארף; נישט נאר א "חפץ", נאר אויך א הארץ און אלעס וואס פעלט אויס. און זיכער פאר די קינדער האף איך אז דו טוסט מער ווי בלויז זיין זייער געלט-ברענגער.
טיף טיף זענען טאקע דא וואס האלטן אז יעדע זאך וואס מען טוט (אריינגערעכנט ליבשאפט) האט אויף א געוויסן וועג עפעס א זייטיגע מאטיוו, און איז נישט לויטער ריין. דאס לעבן (און נאטור) ארבעט אויף גיוו ענד טעיק. אבער ווי לאנג עס איז ווי דער סדר העולם גייט, איז דאס נארמאל. וואס שטערט מיך למשל אויב איך געב צו פלייש אדער כבוד פאר מיין קהלה, ווי לאנג עס דינט אויך מיין צוועק פון האבן א פלאץ צו דאווענען און באלאנגען.
אבער פאר'ן עצם דורכפירן דעם זעלבסט-אנאליז ביסטו שוין איינמאל א גברא!

(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
("איחוד פעלד" איז א חפצא. דער מענטש וואס שטייט אונטער דעם, איז א גברא)
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
[tag]איחוד פעלד[/tag]. איך מיין אז דער חילוק בין גברא לחפצא ווענדט זיך אינעם מענטש אליין, עס ווענדט זיך ווי אזוי ער קוקט זיך אליין אן, אויב קוקט אויף זיך מיט גוטע ברילן, איז ער ביי זיך א גברא, און פארקערט פארקערט. און דאס איז אוטאמאטיש משפיע אויפן עולם ארום, ווען מען זעהט א מענטש דרייט זיך ארום ווי א ברייטער גברא קוקט מען מען אזוי אן, און ווען מען זעהט אן איינגעקוועטשטע חפצא, קוקט מען עס אויך אזוי אן.
דא אין קאווע שטיבל ווייסטו אז מען זעהט נישט דיינע שוואכקייטן, יעדער פרובירט זיך אהער צו שטעלן ווי א געלונגענער גברא, אוטומאטיש פיהלסטו דיך דא ווי א גברא.
דא אין קאווע שטיבל ווייסטו אז מען זעהט נישט דיינע שוואכקייטן, יעדער פרובירט זיך אהער צו שטעלן ווי א געלונגענער גברא, אוטומאטיש פיהלסטו דיך דא ווי א גברא.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
אויב איז איינער אינטערעסירט צו רעדן מיט דיר און דיר אויסהערן, ביסטו קלאר א חפצא. ווען דו ביסט חלילה טויב שטום וואלט ער בכלל נישט געקוקט אין דיין זייט, הגם בעצם ביסטו א פערזענליכקייט, א גברא חסיד ונשגב. ער נוצט דיר נאר ווייל דו שטעלסט אים צו די סערוויס פון א (געשמאקע, קלוגע, הומאריסטישע?) מיטשמועסער.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
יעדער גברא פאר זיך איז בעצם א חפצא, וואס מאכט דער specific מין חפצא פאר א גברא איז צוויי זאכן, consciousness און emotion. ווען וועסט פארטיגן ארויסהאבן דער מהות פון אט די צוויי essences וועסטו האבן די מעגליכקייט צו מאכן סך הכל ווי ס'ענדיגט זיך ביי דיר דער חפצא און וואו דער גברא הויבט זיך אן, און וואס טוט זיך אפ אינמיטן (טאמער וועסט נאך אניאגן בעוד מועד, ווילאנג דיין 'חפצא' גברא'ט נאך).