בלאט 1 פון 2
וועט ענטאני ווינער -למעשה- לויפן פאר מעיאר?
נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 5:37 pm
דורך שעפטל
פרישע באמבאסטישע נייעס איז ארויסגעקומען היינט איבערן מעיאר קאנדידאט ענטאני ווינער.
דער געוועזענער קאנגרעסמאן און איצטיגער מעיאר קאנדידאט האט היינט ארויסגעגעבן א סטעיטמענט:
איך זאג ענק אז פרישע טעקסט מעסעדזשעס צו בילדער וועלן מסתמה ארויסקומען, ווי איך האב דעמאלטס (ביי זיין זיך אפזאגן פון קאנגרעס) אז איך בין געווען פאלש און בעוול'ט מיין ווייב, וואס האט מיר געמאכט פראבלעמען אין אינזער מערידזש, און האט געפירט אז איך האב מיך אפגעזאגט פון קאנגרעס.
צו מיר זענען שוין אנגעקומען פרישע זאכן וואס עטליכע זענען אמת און עטליכע נישט.
ס'איז נישט קיין פראגע אז וואס איך האב געטוהן איז אומאקצעפטבאר, און איך וויל נאכאמאל איבערבעטן מיין ווייב, און גלייכצייטיג באדאנקן פאר איר מיטארבייטן מיט מיר אדורך צו גיין וואס איך בין אדורך און פאר אירע מוחל זיין.
איך וועל ווייטער קוקן אויף די צוקונפט.
די שאלה איז נאר וואס ס'גייט זיין.
די 23 יעריגער פרוי וואס האט דערציילט אז זי האט באקומען טעקסט מעסעדזשעס פון ווינער זאגט, אז איר טשעטינג האט זיך אנגעהויבן בערך א יאר צוריק, יולי 2012 און אין אגוסט האט איר ווינער געזאגט אז ער וויל זיך מיט איר טרעפן אין טשיקאגא.
זי זאגט אויך אז זי האט באקומען בילדער פון אים פון א יאהו אקאונט אונטערן נאמען 'קארלאס דענדזשער' און אויך גערעדט צו אים איטליכע מאל אויפן טעלעפאן.
ווינער האט רעזעגנירט יוני 21 2011 פון קאנגרעס נאכדעם וואס ער האט בטעות ארויסגעשיקט א טוויט אום מעי 27 2011, אנשטאט שיקען צו איינעם פריוואט, דער טוויט האט געהאט א אומאיידעלע בילד פון אים.
נאך אפאר טאג לייקענען האט ער ענדליך געהאלטן א פרעס קאנפערענץ און מודה געווען אין זיין נעריש'ן אקט.

- Anthony-Weiner-resigns-007.jpg (21.92 KiB) געזען געווארן 2234 מאל
אין די מינוטין דארף פארצוקומען א פרעסע קאנפערענץ ווי ווינער גייט רעדן.
נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 5:40 pm
דורך שעפטל
יעצט האט ער געמאלדן אז ער וועט יא ווייטער בלייבן אין די רעיס!!!
זיין ווייב איז שטייט נעבן אים. און ער האט פריש איבערגעבעטן אפאר מאל..
נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 5:42 pm
דורך שעפטל
ער האט מכבד געווען זיין ווייב צו זאגן אפאר ווערטער.
זי לאכט, זי איז ערענסט און וויינט.
ליינט גראד ארויס פון א צעטיל
זי האט אים פארגעבן...
-
יעצט נעמט ער שאלות
נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 5:53 pm
דורך שעפטל
קאנדידאטן סאל אלבאניס (דעמעקראט), דזשאן קאצימיטידיס (רעפאבליקן) און ביל די-בלאזיא (דעמעקראט) האבן פארלאנגט אז ווינער זאל זיך ארויסציען
נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 6:07 pm
דורך שעפטל
שעפטל האט געשריבן:ער האט מכבד געווען זיין ווייב צו זאגן אפאר ווערטער.
זי לאכט, זי איז ערענסט און וויינט.
ליינט גראד ארויס פון א צעטיל
זי האט אים פארגעבן...
איר דרשה אין קורצן:
עס איז געווען אנהייב פון נאך אונזער חתונה, עס איז געווען זייער שווער און עס האט אונז לאנג גענומען עס אדורכצוגיין, אסאך אַרבעט און טעראפּי אז איך זאל אים קענען מוחל זיין.
איך האב אים ליב, איך האב אים פארגיבן, איך גלויב אין אים, און ווי איך האב געזאגט פריער, מיר גייען פראנויס.
נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 7:17 pm
דורך בן תמליון
איך האלט אז מען דארף פארגעבן יעדער קען זיך פארזינדיקן, אבער דער זכר ווינער איז חולה בלי ספק. נאכן פריערדיקן סקאנדאל ווייטער צו שיקן בילדער פון זיין חאזעריי צו א פרעמדע? איך וואוט שוין נישט פאר איהם. וועט זיין די לעסביאנקע קווין. די אנדערע האבן סייווי קיין שאנסן.
נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 8:52 am
דורך איחוד פעלד
איז ער טאקע אזוי שיין אז ער האט ממש א אומפארגעבליכע תאווה צו שיקען נאקעטע בילדער?
און דער אראבישער ווייב איז אים מוחל איינמאל און נאכאמאהל. זי האט גענומען גוטע לעסאנס פין היללארי.
נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 10:18 am
דורך שמו יגער
וואס טוט מען נישט פאר אביסל כבוד???
נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 10:24 am
דורך סאשי פיש
וועלקאם [tag]שמו יגער[/tag] מיך שריי נישט אן פליז
נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 10:35 am
דורך שמו יגער
איך האב נאר ״געזאגט״ א פרקט דעטס אלל
נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 10:36 am
דורך שמו יגער
שמו יגער האט געשריבן:איך האב נאר ״געזאגט״ א פרקט דעטס אלל
פאקט סארי מיין טעות הדפוס
נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 11:27 am
דורך הערשי
ס'איז אינטערעסאנט אנצומערקן ראו מה בין זעלדא לחומא. זעלדא שטייט פארזויערט ובעל כרחה תענה אמן בשעת אבו-דין איז אן אב-הרחמן. ס'איז יתכן אז דער ווינער איז א חולה, זיין זיפער האט זיך עפעס פארהאנקערט, און זיין נחמה'לה אנערקענט זיינע שוועריגקייטן מיט מיטלייד, בעת דער שפיצער איז סתם א ילבש שחורים בעל תאוה'ניק. אדער קען זיין ס'אז א שאלה פון מצא או מוצא, און זעלדא איז א גרויסע מוציא.
נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 11:33 am
דורך בן תמליון
הא הערשי. אדער כלך לאידך גיסא זעלדא איז א אשה כשירה און די מעשים מגונים זענען צו ערנסטע זאכן פאר איר זיי צו פארגעבן מיט א מאך מיט א האנד. בעת חומא'לע יד ימינה של הילארי בקיאה בשבילין דמאניקע לאווינסקי, איז זיך סחורה פאר זיך און ווייסט גוט פונעם דין שמור לי ואשמור לך.
נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 1:16 pm
דורך שעפטל
און מיכאל סעווידזש איז כעסיג (אזוי ווי אייביג...)
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=8NGnl5aoP0I[/youtube]
נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 8:09 pm
דורך שעפטל
:Quinnipiac Poll
Anthony Weiner 26%
Christine Quinn 22%
Bill Thompson 20%
Bill de Blasio 15%
John Liu 7%
Sal Albanese 1%
Undecided 8%
:If Weiner drops out of the race
Christine Quinn 30%
Bill Thompson 26%
Bill de Blasio 21%
John Liu 10%
נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 2:05 am
דורך לאליפאפ
שמו יגער האט געשריבן:שמו יגער האט געשריבן:איך האב נאר ״געזאגט״ א פרקט דעטס אלל
פאקט סארי מיין טעות הדפוס
העי! גיי קיין שלום עליכם און דערלערן דיך דעם סיסטעם, אויב מאכט מען א טעות קען מען רעדאגירן און עס פיקסן.
(איך מיין שמו יגער נישט ווינער...)
נשלח: פרייטאג יולי 26, 2013 10:48 am
דורך סאשי פיש
איך ווייס נישט פארוואס משביע האט עם ארייגעלאזט
איך מיין אז עס ברענגט נישט קיין כבוד נאר פארקערט
נשלח: דינסטאג יולי 30, 2013 2:11 pm
דורך I'm back
עליאט ספיטצער, די געוועזענער גאווערנער פון ניו יארק, און קאנדידאט פאר די ניו יארק קאמפטראלער אמט, האט נעכטן, מאנטאג געזאגט אז ענטאני ווינער זאל נישט זיין די קומענדיגע מעיאר צוליב די רייע סקאנדאלן וואס שווימען ארויף לעצטנס.
ספיטצער, וועלכע איז אליין געצוואונגען געווען צו רעזיגנירן פון זיין אמט אלס גאווערנער פון ניו יארק אין יאר 2008, צוליב אן ענליכן סקאנדאל, האט געזאגט אז ער וואלט אויפגעזאגט א גאווערמענט ארבעטער וואס וואלט געהאט אזעלכע סקאנדאלן.
נשלח: דינסטאג יולי 30, 2013 2:30 pm
דורך דעת תורה
גוט גוט... עמיר זען צי זיין קעגנער וועט האבן שכל צו נוצן זיינע ווערטער קעגן אים..
נשלח: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm
דורך אבזערווירער
א חצוף ווי מר שפיצער איז שווער צו געפונען אפילו אינעם היינטיגן עולם התוהו
נשלח: דינסטאג יולי 30, 2013 9:13 pm
דורך רויטע וואנצעס
כדרכם בקודש, היט די קעטיל אן די העד.
נשלח: דינסטאג יולי 30, 2013 9:17 pm
דורך רויטע וואנצעס
סאשי פיש האט געשריבן:איך ווייס נישט פארוואס משביע האט עם ארייגעלאזט
איך מיין אז עס ברענגט נישט קיין כבוד נאר פארקערט
משביע וועט כאפן א מידיא געלעגנהייט עני טיים. שלעכטע פרעס איז אויך גוט. די מער מ'רעדט פון זיי (משביע) די מער פאליטישאנס וועלן ווערן involved מיט funding.
נשלח: דינסטאג יולי 30, 2013 9:23 pm
דורך רויטע וואנצעס
שיטה מקובצת האט געשריבן:שפיצער האט נאך געטוהן אסאך ארגער ווי ווינער. ער האט געטוהן א אומלעגאלע זאך. פוי.
זעט אויס שפיטצער איז א תלמיד חכם ער ווייסט אז הרהורי עבירה איז קשין מן העבירה.