בלאט 1 פון 1

ראביי שמואלי

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 12:07 pm
דורך רויטע וואנצעס
ראביי שמואלי בוטח אויך באקאנט אלס אמריקא'ס ראביי איז זייער א קאלירפולע מאן מיט א אינטערעסאנטע הסטאריה. יעדער האט געהערט פון אים קודם ווייל ער איז געווען די מורה דרך פון מייקל דזאקסאן זכרונו לבנה וואלק, און צווייטענס ווייל ער הערט נישט אויף צו מאכן noise און ארויסגעבן זייער קאנטוורסעלע ביכער. ער וואיונט איל ענגלוואד, ניו זשורסי און מצדתו פרוסה ביז האליוואד והגליליות.

אויף ווי ווייט איך האב געהערט האט זיך זיין געשיכטע אנגעהויבן אין ענגלאנד, ער איז געווען דארט א שליח פון לובאוויטש (ווי ער איז אויפגעוואקסן) אין א גרויסע collage און ער האט חוץ מקרב זיין אידן, אויך אריינגענומען זשעינטיילס אין די קלאב. חב"ד העדקאטערס ווענט נאטס.. און מ'האט אים געווארפן פון זיין פאסטן און אויך אינגאנצן פון לובאוויטש.

זייט דעמאלס איז ער באקאנט פארן זיין א אינדעפענדעט טראכטער רעכנט זיך נישט מיט די פרומע אדער אפילו מיט די מאדערנע, רוב האסן אים פאר 100 אנדערע סיבות, זיין מארקיטינג סקילס זענען להפליא ער האט עקסעס צו אסאך פאבליקאציע'ס און גרויסע סטארס.

זיינע אלע ביכער זענען געווען טאפ סעלערס אויף די ניו יארק טיימס בעסט סעלער ליסט און ער האט ספעציעל געמאכט מיליאנען אויף זיין בוך kosher sex.

און זיין לעצטע בוך גערופן kosher jesus פארדרייט ער דעם קאפ אז ס'איז געווען צוויי ישיו (גראדע איז דא אסאך מקורות אויף דעם) אבער מיין פילינג איז אז זיין עיקר ציל איז געווען קודם צו טרעפן א גוטע נאמען און נאכדעם שרייבן ס'זאל מעטשען די טייטל און ער זאל ווייטער קענען שארן מאלא.

לעצטענס איז ער געלאפן פאר קאנגרעס אין ניו זשורסי אויף די רויטע ליין און ער האט מיאוס פארלוירן.

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 12:47 pm
דורך גנדי
ער איז געווען די שליח פון חב״ד אין אוקספורד. דאס איז פון די גרעסטע קאלעדשעס אין אייראפע. זייער אסאך אידן לערנען דארט. און די גרעסטע פירערס פונעם היינטיגען דור קומען ארויס פון דארט.

ער האט זיך געבויעט אסאך קאנעקשאנס פון אוקספורד.

ער האט זייער א געשליפענעם פעדער און א געשליפענעם צונג. און ער איז זייער א קריעטיוו טראכטער.

ראביי שמולי׳ס שיטה איז. אז כדי די אידן זאלן האלטן אידישקייט דארפן מען מאכן די גויים האלטן אידישקייט. אזוי וועט אידישקייט זיין cool און אזוי ווי די אידן מאכן כסדר נאך די גויים וועלן די אידן אויך האלטן אידישקייט.

אין אוקספורד האט ער איינגעלאדענט אויך גויים. אזוי זאלן די אידישע סטודענטען אויך קומען.

אין אוקספורד האט ער געשטעלט די פרעזידענט אויף זיין גרופע א פאפולערע סטודענט מיטן נאמען קארי בוקער. און פארדעם איז ער געפלויגען.

היינט צו טאגס איז קארי בוקער זייער פאפולער ער איז דער מעיאר אין נאווארק נוי זרסי. ער ווייסט זייער אסאך פון אידישקייט. ער איז א געוואלדיגע רעדנער. ער רעדט בעסער פון עני ראביי. ווי אייראניש איז אז היינט צוטאגס רופט חבד דעם קארי בוקער צו רעדן ביי זיי אסאך מאל.

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 12:56 pm
דורך פרישער
ער האלט עפעס מורהדיג פין זיך, איך האב אים אמאל געהערט רעדן אויפ'ן ראדיא, אין די קארצע ווילע וואס ער איז אדורך מיין פלודער פישקע האט ער געהאלטן אין איין אויסריפען סארא הערליכער מאן ער איז, נאך איין מזל ראדיא קען מען נישט זעין דעם פלאדערער, קען מען אים דאך נישט אפווענדען, אבער והיא היום ווען ער איז געוועין דער ספאקס מאן פאר עפעס א נבילה אויף טעלעוויזען האט ער אויסגעזעין ווי המן נאך זיין טאכטערס באהאנדלינג