בלאט 1 פון 1

איין ספר תורה איבער געבליבען?

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 12:15 pm
דורך ידען
כאב אמאל געהערט אדער געלייענט אז יאשיהו המלךס צייטען איז נישט געוועזען קיין שום ספר תורה און ביז ענדלעך האט מען געטראפען איין און מע האט עס געברענגט צו די קעניג און אויף געמישט און פינקט איז מען אנגעקומען צו די פסוק ארור האיש אשר לא יקום את דברי התורה הזאת.

איך וויל וויסן מער וועגען דעם.

איינס פון די זאכן וואס מע לערענט ביי די בעלי תשובות איז אז די תורה האט מען אזוי פיל געלערענט און טאטע מיט די קינדער און סע קען נישט זיין אז מע האט צוגעלייגט צו דעם ווייל סע שטייט אזוי פיהל מאל אז מע דארף לערנען מיט די קינדער ושננתם לבניך ודברת בם וכו, וויזוי קען זיין אז נאר איינס איז געבליבען און פון דארט האבען אונז עס?

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 12:19 pm
דורך דעת תורה
עס איז א גאנצער קאפיטל אין מלכים ב. טייל מפרשים האלטן אבער אז עס איז געווען א ספעציעלע ספר תורה פון משה רבינו, בעת אוודאי איז געווען פילע ספרי תורה אין גאנץ ארץ ישראל. איך מיין אבער אז אין די גמרא איז יא משמע אז דאס איז געווען די איינציגסטע, די ראשונים האבן אסאך קושיות דערויף.

נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 1:47 am
דורך קאווע טרינקער
דאס איז נושא אין וואס מבקרי המקרא זענען אסאך עוסק.
ס'דא א ספר "לא בשמים היא" פון אהרן לוי, ער איז מייחד אויף דעם א גאנצען פרק.

נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 12:14 pm
דורך ידען
ווי איז מען עוסק?

ווי קען מען זעהן די ספר? וואס שרייבט ער דארט וועגען עס?

סע מיך אינטערעסאנט אז מע שרייבט נישט דא מער וועגען עס.

נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 12:53 pm
דורך קאווע טרינקער

נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2016 12:24 am
דורך הקטן