בלאט 1 פון 3

ויהיו רחמיך... פון אלי ביער

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 7:03 pm
דורך שמעקעדיג
דער ניגון צעגייט מיר אין די ביינער, איך גיי ניסלעך פאר דעם, שוין באלד א יאר וואס איך קען עס און איך ווער נישט נמאס דערפון.... כ'זינג עס איבער און איבער.... איינער ווייסט פון וואס איך רעד?
עס איז פאראן א קליפ דערפון אויף יו טוב (כ'האב נישט יעצט קיין עקסעס דערצו צו לינקען, אפשר שפעטער בל"נ) ווי ער זינגט עס מיט די פרייליך בענד, קודם אויפן פעלד פארשטעלט ווי פשוט'ע פויערן, און שפעטער ביים שבת סעודה, הארציג!
בערי וועבער האט עס אויף זיין קומזיץ #2 אלבום, ספירה האב איך איבערגעהערט דעם זיסן ניגון באלד טויזענט מאל.. אקעי, נישט ממש, אבער זיכער מער פון 5 מאל.
יעצט מוצ"ש נחמו ביי א קומזיץ אין די קעטסקילס האט אלי ביער דארט געזינגען דעם ניגון צווישן אנדערע, און דער עולם מיט התלהבות שאקעלט זיך (מיט די אנדרוידס און בלעקבאריס) און זינגען מיט און הארמאנייזן, א מחי' צו הערן..

"צייטליך" פון אייוועלט האט פארעפנטליכט א קליפ דערפון, איך קען נישט סטאפן עס קוקן, ס'זינגט זיך מיט פון זיך אליינס.
נאכאמאל, די פולע קרעדיט גייט פאר "צייטליך", און איר קענט עס זעהן אויף (אדער דאונלאודן פון) דראפבאקס (איבער 300 MB).

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 21#p718721

הערט און האט הנאה!
חזר'ט אייך איין דעם ניגון, ווייל בקרוב ביי די קאווע שטיבל קומזיץ גייט מען עס זינגען אלע צוזאמען!!

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 7:14 pm
דורך פרישער
איינע פין מיינע שענסטע נגונים

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=ms-ENhALtSg[/youtube]

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 7:46 pm
דורך איך אויך
גאנץ הארציג אבער אלץ ניגון ליגט אין דעם גאנץ ווייניג טאלאנט.

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 8:13 pm
דורך שעפטל
ארגינעלע קליפ
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=1P2Ou-K2hQU[/youtube]

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 8:30 pm
דורך פרישער
איך אויך האט געשריבן:גאנץ הארציג אבער אלץ ניגון ליגט אין דעם גאנץ ווייניג טאלאנט.

על טעם וריח אין להתנפיח

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 8:34 pm
דורך מאטי
שמעקעדיג! עמך אנוכי, איך קען נישט אויפהערן זינגען דעם ניגון, ספעיציעל ליל שבת קודש אזש מיינע קליינע זינגען שוין מיט מיר יעדע וואך.

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 8:34 pm
דורך kliger

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 9:02 pm
דורך שמעקעדיג
פרישער האט געשריבן: על טעם וריח אין להתנפיח

:lol: :lol: :lol:

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 9:26 pm
דורך איך אויך
דוקא על ריח כן יש להתנפיח.

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 4:51 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
[tag]שעפטל[/tag]

דער ווידעאו איז געכאפט געווארן אויף "אידיש-פארם" און איז צוזאמגעשטעלט און דירעקטירט געווארן דורך דעם טאלאנטפולן ארטיסט יואלי שטויבער (my vision studio). ס'איז א מייסטערווערק און בשעתו ווען ס'איז ארויסגעקומען האב איך עס איבערגעקוקט און איבערגעקוקט. דער ניגון, דער מאטיוו, דאס פלאץ, דער געדאנק -- אך, א סופער-דזשאב.

[tag]פרישער[/tag] :lol:

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 7:26 pm
דורך טישו באקס
דער ניגון איז זייער ווארעם די ווידיאו איז זייער שיין אראפגעלייגט
די עדיטינג חלק דערפון וואלט געדארפט לויט מיין אפיניען זיין אביסל בעסער, די ווערטער שטימען נישט ד גאנצע צייט די אודיאו מיט די ווידיאו צוזאמען

נשלח: פרייטאג יולי 26, 2013 2:03 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
מאטא פראנק ופמלייתו זינגען דעם ניגון אין רימאנאוו - https://www.youtube.com/watch?v=9PSpRIqEop4

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 3:50 pm
דורך [NAMELESS]
איך אויך האט געשריבן:גאנץ הארציג אבער אלץ ניגון ליגט אין דעם גאנץ ווייניג טאלאנט.

[tag]איך אויך[/tag]/ די האסט זייער ליב צו שיסן סטעיטמענט'ס, חוק בלי טעם, און זאל יעדער וואס טראכט אנדערש דערשטיקט ווערן. איך בין בכלל ניש קיין מבין, און די ניגון קען זיין אדער געשטאפט מיט טטאלאנט אדער ליידיג , אבער אז די זאגסט דיין מיינונג - בפרט אויב ס'איז אזא ארבעל-ארויסגעשאקעלטע מבינות, ביטע זיי מסביר פארוואס און פארווען
(און דאס איז געזאגט געווארן אויך ווען די מאכסט בלענקעט סטעיטמענט'ס אויף א חסידות וואס די האסט נישט ליב, ואכמ"ל וד"ל ודו"ק)

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 3:53 pm
דורך סאשי פיש
נעכטען ביי א וואכנאכט ויהו רחמיך

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 3:54 pm
דורך מ. גליקמאן
א פרישן קליפ פון נעכטן נאכט ביים וואך נאכט פון בן העסקן ר' אלי שפיטצער הי'ו. (נישט דער וואס לויפט פאר קאמפטראלער..)
http://youtu.be/EMsR2q1mYDk
___
ווען וועט מיר איינער צוווייזן וויאזוי צו עמבענדן?

___
סושי האקט.

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 4:10 pm
דורך סלינקי
מ. גליקמאן האט געשריבן:ווען וועט מיר איינער צוווייזן וויאזוי צו עמבענדן?

http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 119#p13119

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 4:27 pm
דורך איך אויך
איך זאג מיין מיינונג פונקט ווי יעדער איינער זאגט זיינס.
ח"ו איינער זאל דערשטיקט ווערן ,סושי זאל ווייטער אריינריקן ביי כמעט די דאזן ,בדחן זאל ווייטער פריילעך מאכן און הער ראה''ק זאל זיך ווייטער זארגן פאר צאן מרעיתו.

וועם עס געפעלט נישט וואס איך שרייב האט א ברירה זיך צו זעצן לערנען. (קרעדיט נח"ר)

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 4:32 pm
דורך [NAMELESS]
-

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 5:05 pm
דורך בעל הבית
אויף א שיינע אשכול איבער די וועלגער העלצלעך ביסטו א מבין, אבער אויף א ניגון ווי קומסטו דא אריין בכלל?

קומסט מיר פאר אזוי וויזניצע רבי פון מאנסי וועט זאגן פאר באבוב רב ער האט נישט די ניגון מרן די בשמיא

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 6:40 pm
דורך סאשי פיש
איך אויך האט געשריבן:סושי זאל ווייטער אריינריקן ביי כמעט די דאזן ,

וואס מיינט דעס? :?: :?: ;) ;)

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 7:00 pm
דורך שמעקעדיג
עיין באוועטאר שלך ותמצא נחת ותשובה לשאלתך.

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 7:28 pm
דורך איך אויך
איך האב קודם געשריבן 'ביי די דאזן' אבער ברוב רחמיו וחסדיו האביך א קוק געטוהן און באמערקט אז דו עסט נאר אכט אויפאמאל האב איך געטוישט צו 'ביי כמעט די דאזן'.

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 12:50 pm
דורך קאווע טרינקער
איך שעהם מיך נישט צו זאגן אז דעם ניגון האב איך ביז יעצט נישט געקענט. כאטש וואס דער פאל "ויהיו רחמיך" האב איך שוין זיכער געהערט דא דארט.
און אזויווי אלע ווארימע ניגונים, זיי מאכן מיר וויינען נאך צוויי מינוט הערן. אבער ווען איך וואלט ווען געווען אין יענע חבורה, דארט אין קאנטרי - וואס שמעקעדיג בשם צייטליך צייכענט אן - וואלט איך נישט געווען צווישען די וואס שאקלען זיך מיט א לויזקייט, נאר פון די וואס שטייען ביי די וואנט און ווייזען נישט ארויס קיין התרגשות, ווייל כידוע, ס'פאסט נישט, איך בין דאך אויפגעקלערט! זאל איך יעצט גיין זיך שאקלען?!

כ'וואלט געקענט באשטיין צו וויסען דעם מחבר, אלי ביערס' bio, אבער גוגל פירט מיך צו דעם מייסד פון איחוד הצלה אין ישראל.