בלאט 1 פון 2

איך זוך א בוך אויף דעם נושא

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 9:59 am
דורך שלמהלע
דער אשכול איז מיט'ן כוונה אז ווען מען זוכט עפעס א בוך איבער א געוויסע נושא זאל מען עס קענען אריינשרייבן דא.

וזה החלי.

איך זוך א אידישע בוך וואס זאל מיך אראפלייגן די פארשידענע ווינטן אין אייראפע פון נאך די אינדאסטריע רעוואלוציע, אלע אדער א טייל. די נאפאלעאן מלחמה וכדומה.

בשעת הדחק קען עס זיין אויף לשה"ק אויך.

איז דא אזא בוך?

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:01 am
דורך איך אויך
בשעת הדחק זה ביהכ"ס?

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:13 am
דורך לאליפאפ
שלום עליכם שלמהלע

איך זעה סאיז דא א פלוס פון נייע ניק׳ס און איך ראט אייך אלע איר זאלט קודם נעמען אביסל שימוש, און נישט אז די ערשטע תגובה זאל זיין א אשכול אן קיין שום אינפארמאציע, פלעין א שאלה, פיר האלבע שורות (בערך..), און אינעם פאלשן פארום... פליז דעיס קען רואיג אריינגיין אין ״זאכן וואס איך וויל וויסן״ אשכול, סאיז סתם א קרענק צו עפענען אן אשכול וואס איז ליידיג און נעמט פלעין אראפ אנדערע גוטע אשכולות פונעם פראנט פעידזש.

איימסארי פאר אזא נעגאטיוון וועלקאם! מאכט אייך באקוועם.

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:20 am
דורך שלמהלע
היות איך האב נישט קיין לעגאלע בעלות אויף דעם אשכול איז יעדער וואס איז אנטי "אשכולות-אן-רעאקציעס" ערלויבט אנצופילן דעם אשכול מיט פראגעס און קאמענטארן וואס ענטפערן בכלל נישט מיין פראגע.

און די אלע וואס האבן א ענטפער אויף מיין פראגע זאלן זיך ביטע נישט צוריקהאלטן, טראץ זייער ענטפער וועט זיך געפונען שווימענדיג אין כוואליעס כגאלד פיש אחת בין שבעים ים לייבן.

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:30 am
דורך לאליפאפ

וויאזוי אן אשכול דארף געעפנט ווערן
א) דער פותח פון א נייעם אשכול מוז שרייבן עטליכע שורות און ערקלערן פון וואס ער וויל רעדן, און זאל פאקטיש רעדן דערפון. בלויז א לינק איז נישט גענוג. לכתחילה זאל דער פותח עפעס מחדש זיין, צולייגן א ידיעה וכדומה.
ב) קאפירן טעקסט פון אן אנדערן וועבסייט איז נישט ערלויבט, נאר אויב 1) מ'גיט אן דעם מקור, און 2) מ'לייגט אליין עפעס צו.
ג) א נייער אשכול דארף פלאצירט ווערן אין דעם ריכטיגן פארום.
ד) א נייער אשכול דארף זיין קלאר געשריבן. אן אשכול וואס עס איז נישט קלאר וואס דער פותח וויל דערמיט האט שאנסן אפגעשפארט צו ווערן.
סוף דבר: עפענען אן אשכול פארלאנגט כאטש עטליכע מינוט מחשבה. טראכט וואס איר גייט שרייבן, צי פעלט טאקע אויס נאך אן אשכול, אדער קען דאס אריינגיין ערגעץ אנדערש? סתם אריינפעיסטן אן ארטיקל פון ערגעץ אנדערש אן נעמען די מי צוצולייגן עטליכע ווערטער האט נישט קיין פשט. אויב לייגט מען גארנישט צו האט מען דאך געקענט לייגן בלויז א לינק צו דעם ארטיקל אין דעם "אינטערעסאנטע לינקס" אשכול. צום ביישפיל, אן אשכול וואס קוקט אויס אזוי וועט אפגעשפארט ווערן: "ראמני האט פארלוירן די וואלן, נאכ'ן זיין פארנומען מיט זיין קאמפיין פאר זעקס יאר. וואס מיינט איר וועט ער יעצט טון?"
איינער וואס וועט אנגיין מיט כסדר עפענען אומפאסיגע אשכולות וועט פארלירן די רעכטן צו עפענען אשכולות.

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 2:31 pm
דורך דעת תורה
גיי צו אידישבוקסענטער.קאם וועסטו טרעפן א געוואלד.

און לאליפאפ, איך ווייס נישט וואס דו פארפירסט. ער וויל מייחד זייין א אשכול אויף דעם צוועק, אז ווען איינער זוכט א ספעציפישן ביכל זאל מען אים דאס צואווייזן. (כאטשיק איך אליין האב נישט אזוי געטון, נאר געגעבן א כלליות'דיגער מראה מקום, דאס איז נאר ווייל איך בין פויל צו גיין זוכן, זאל ער אליינס גיין. אבער בעצם דער אשכול איז מיוחד פאר דעם).

נשלח: פרייטאג יולי 26, 2013 10:08 am
דורך שלמהלע
יישר כח דעת תורה.

א מין מישמאש דארט ביי די ביכל צענטער. רוב דערפון איז אנגעפיקעוועט מיט השקפות און דעות מיטן פולסטן אמאליגן צוריקגעשטאנענקייט, אבער איך בין ארויסגעקומען מיט א ביכל צוויי וואס וועט מיר לכאורה שטארק העלפן.

יישר כח נאכאמאל.

נשלח: פרייטאג יולי 26, 2013 11:44 am
דורך DotCom
I'm looking for a book on "how to motivate employees", i know there is ton out there with all kind of approaches, so please only recommend your own recommendation


A very useful eshkol! thanks shloimele and welcome to k"s

נשלח: פרייטאג יולי 26, 2013 1:52 pm
דורך לאליפאפ
איך האב קיינעם נישט פארפירט @ דעת תורה!
בד״וו אפילו טאמער יא איז עס אראפגעדראפט אין קאווע שטיבל נישט אין ספרים און ביכער, און איך האב פיינט ווען נייע ניק׳ס צופאטשקענען דעם שיינעם סדר... דעטס אלל! נאו אפפענס

נשלח: פרייטאג יולי 26, 2013 1:55 pm
דורך לאליפאפ
יעצט באמערק איך אז שלמה׳לע האט רעדאגירט זיין ערשטע תגובה אינעם אשכול און מיינע תגובות קוקן שוין אויס פאני נאכדעם... אבער אפשר זאלן עס די גבאים אריינרוקן צו ׳ספרים און ביכער׳

נשלח: פרייטאג יולי 26, 2013 3:22 pm
דורך יואב
כדעת תורה ועוד. דער אשכול קען זיין זייער אינפארמאטיוו און נוצבאר.
זאכן וואס איך וויל וויסן אשכול איז זייער א גרויסן אשכול, און ס'איז ממש געמאכט פאר קשיות סתם.
יעדער נושא וואס קען קריגן א באזונדערע אפהאנדלונג, פארדינט זיך א פרישן אשכול.

ס'אחוץ פון דעם ווואס שלמה'לע קוקט בכלל נישט אויס צו זיין א ניק געטריבן מיט לויטער צימיסטישע אגענדעס.
שלמה'לע איז אריינגעקומען דא אלס א פרישן מיטדגליד צו פארברענגן אינעם רואיגן ווינקל.

קען טאקע זיין אבער, אז דער עצם אשכול באלאנגט אינעם ספרים ביכער פארום.

נשלח: פרייטאג יולי 26, 2013 3:49 pm
דורך שמעקעדיג
צעקת בני השטיבל הגיע לאזני, און כ'האב עס אריבערגעפירט צום פאסיגן קאטעגאריע.

נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 10:20 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
DotCom האט געשריבן:I'm looking for a book on "how to motivate employees", i know there is ton out there with all kind of approaches, so please only recommend your own recommendation


A very useful eshkol! thanks shloimele and welcome to k"s

איך וואלט דיר מייעץ געווען צו ליינען דעם טעקסט בוך (organizational behavior (robbins and judge 13th edition עס איז איינע פון די אפיציעלע טעקסט בוך -אויף אלעס ארום מאטאוואציע פאר ארבייטער- וואס מען לערנט אין קאלעדזש, עס איז זייער שיין באשריבן מיט משלים און הסברים מעשיות און פאקטן אויף יעדע זאך "און בעיקר אלע לעצטע שטודיעס וואס ארבעט יא און וואס ארבעט נישט און וואו און ווען עס ארבעט. בפרט טשעפטער 6 און 7. אז איר וועט ליינען דעם גאנצן בוך וועט עס אייך צוגעבן א ים מיט ידיעות און טאקטיקן (און אויב איר קענט זיך פארהערן דערויפ קענט איר באקומען דריי קאלעדזש קרעדיטס אויך).

נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 10:30 am
דורך ישבה בדד
שלמהלע האט געשריבן:דער אשכול איז מיט'ן כוונה אז ווען מען זוכט עפעס א בוך איבער א געוויסע נושא זאל מען עס קענען אריינשרייבן דא.

וזה החלי.

איך זוך א אידישע בוך וואס זאל מיך אראפלייגן די פארשידענע ווינטן אין אייראפע פון נאך די אינדאסטריע רעוואלוציע, אלע אדער א טייל. די נאפאלעאן מלחמה וכדומה.

בשעת הדחק קען עס זיין אויף לשה"ק אויך.

איז דא אזא בוך?

קלמן שולמאן'ס ביכער . וואס דיא גאנצע וולאזינער ישיבה האט שטודירט

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 11:30 pm
דורך נולד מאוחר
האט איימער געליינט how to stop worrying and start living פון דעיל קארניגי?
אחז עס צים זאך ?.אזוי גוט ווי זיין how to win friends?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 12:12 am
דורך הוגה
נולד מאוחר האט געשריבן:האט איימער געליינט how to stop worrying and start living פון דעיל קארניגי?
אחז עס צים זאך ?.אזוי גוט ווי זיין how to win friends?


איך האב עס געליינט פאר א שטיק צייט צוריק. כ'האב זייער הנאה געהאט דערפון (פון מיר איז אבער נישט קיין ראיה ווייל איך האב געליינט - און איך ליין נאך אלץ - גאר אסאך self help ביכער) . עס איז כשמו כן הוא.

עס איז אבער נישט קיין פארגלייך צו זיין אנדערע בוך וואס איז די שו"ע פון רילעישאנשיפס, people skills, און סאשעלייזינג סקילס.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 12:18 am
דורך נולד מאוחר
פון זיין אנדערע ביכער פיפעל און סאשעלייזינק סקילס האב איך ניטאמאל געוויסט שכוח
כזע נישט די ביכער דא

נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 12:21 am
דורך הוגה
נולד מאוחר האט געשריבן:פון זיין אנדערע ביכער פיפעל און סאשעלייזינק סקילס האב איך ניטאמאל געוויסט שכוח


איך רעד פון זיין בוך "how to win friends and influence people".

נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 12:23 am
דורך נולד מאוחר
אה כאב פארשטאנן מאוחר

רבינו בחײ טרענסלעיטעד

נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 10:49 pm
דורך petergrifin
איך זיך דעם ספר רבינו בחײ אין ענגליש בלית ברירה אין לה׳ק. איך בין ארײן אין עטליכע ספרים סטארס פרעגן אויב ס׳איז בכלל פארהאן
אזאנס און זײ זאגן אז עפעס דעמאנען זײ זיך אז ס׳איז דא אבער זײ האבן מיר נישט געקענט העלפן. איז װײסט אײנער אפשר אויב
ס׳איז דא בכלל און װי איך קען גײן/זוכן? תודה למפרע

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2019 12:20 pm
דורך שצם_חנכל
[tag]petergrifin[/tag]
א גוגל זוך האט מיר געטראפען אזא טרענזלאציע אויף אמאזאן, אבער איין ריוויוער באקלאגט זיך אויף פילע אומפונקליכקייטן און טעותים, ווי עס קוקט אויס פון דעם ריוויוער האבן זיי אריינגעלייגט א טיילווייזע ליסטע פון קארעקציעס סוף פונם זיבעטען באנד:
Torah Commentary: Midrash Rabbeinu Bachya, 7 volume set https://www.amazon.com/dp/9657108454

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2019 8:47 pm
דורך פערינא
איך זיך רב קוק אורות אויף ענגליש. נישט ווארט פאר ווארט נאר אזא טראנסלאציע ווי הרב מארק שפירא האט פון צייט צו צייט אויך קליינע שטיקלעך. אורות אדער סיי וועלכע פון רב קוקס ספרים.

Re: איך זוך א בוך אויף דעם נושא

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2019 9:39 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
זוך אויף פון הרב בצלאל נאור. איך מיין ער טייטשט איבער די זאכעו

Sent from my LG-K373 using Tapatalk