דער כח פון אמונה! (א בריוו פאר א כופר)

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 661 מאל

דער כח פון אמונה! (א בריוו פאר א כופר)

שליחה דורך שרייבער »

א חלק פון א אפענע בריוול וואס א איד האט געשריבן פאר א אינגערמאן וואס האט ליידער פורק עול געווען און פאררופט זיך אלס כופר בעיקר ר"ל




לאמיך אנפאנגען מיט א קורצע קאפיטל און היסטאריע פון ווי איך האב מיך מיט ... נ״י באקענט.

איך בין א מאנסי איינוואוינער פון געבורט אן און אלס קינד האט מיין טאטע געהאט א קליינע דירה׳לע אונטער אונזער הויז וואס דאס האט געקאווערט די מארגעדש פון דאס הויז חודש׳לעך. מיין טאטע איז דאן געווען א יונגערמאן וואס האט שווער געארבייט פאר א דאללער, ער האט געהאט א זשאב און מאנהעטן וואס האט געקלעקט אויף די חושליכע הוצאות ממש פונקטליך, דאס הייסט אז מען האט ב״ה קיינמאל נישט געהונגערט אבער מען האט געלעבט ממש פונקטליך, די אויבן דערמאנטע דירה האט ממש געקאווערט פאר די פונקטליכע סכום פונעם מארגעדש און דאס איז געווען א ״מאסט העוו״ נישט צו בלייבן מיט א לאך אונעם בוזשעט יעדע חודש.

איין טאג רופט אינז אן א יוד מיטן נאמען ר׳ .... שליט״א און ער זאגט פאר מיין טאטע אז ער האט זיך יעצט געצויגן פון טאהש אויף א שטיק צייט און דארף א דירה׳לע, פארשטייט זיך אז די אינקאם האט מען געדארפט און פונקט דאן איז די דירה געווען ליידיג פון א פאריגע טענענט וואס האט זיך ממש פארדעם אוועקגעצויגן, האט מיין טאטע מיט גרויס שמחה געזאגט פאר דעם ר׳ ..... אז ער קען די דירה האבן בסבר פנים יפות.

שוין די טאג פון אריינמופן קומט אן, פארשטייט זיך אז מיר קינדער זעמיר נייגעריג געווען ווער די נייע שכנים זענען, און מיר זענען געזעצן צוגעשמידט צום פענסטער אגאנצן טאג ווארטנדיג אז דער נייער שכן זאל אנקומען, ענדליך קומט א טעקסי אן און דער ר׳ .... קומט ארויס ווען פון טראנק נעמט ער ארויס א רעדער בענקל און העלפט זיין ווייב ארוסקומען פון קאר מיט גרויסע שוועריקייטן, און מיט אזא געטריישאפט שלעפט ער איר ארויס אויף די אייגענע הענט ממש אזוי ווי א מאמע האלט א קליינע בעיבי און מיט די שווייס רינענדיג פון זיין שטערן זעצט ער איר אריין און די רעדער בענקל אלעס מיט א לעכטיגן שמייכל ווי גלייך ער האט יעצט געשלעפט א נייע ספרים שאפע פאר זיין ספרים שטוב און ער קען שוין קוים ווארטן אז ער זאל עס זעהן אויפגעשטעלט במלאו יופי ביי זיך און לערן צימער, די דירה איז געווען א שטאק אראפ און דער ר׳ .... שלעפט ווייטער אראפ זיין ספרים שאפע מיט די לעצטע כוחות ווען גרויסע טראפענס שווייס רינט אים פון זיינע אויגן אבער ווייטער מיט די זעלבע שמייכעלע.

מרת ... איז געווען פארלאזירט אויף א האלבע קערפער און די פארפאלק לויפט שוין יארן ארום און די גאנצע וועלט זוכן פאר איר א רפואה, און שטוב ווארטן קינדערלעך און לעכצען נאך די טאטע מאמע, דא שטייען די צובראכענע (בגוף ובנפש) טאטע און מאמע און לעכצן צו זייער שווארץ אפעל פון אויג פון זייערע קינדערלעך וואס זיי האבן געלאזט אינדערהיים צוטיילט ביי גוטע פריינט און קרובים און זיי ווייסן אפי׳ נישט ווען מען גייט די זיסע קינדערלעך זעהן דאס נעקסטע מאל.

מרת ... קען קוים א גליד רוקען יעדע ריר קומט אן מיט יסורים קשים ומרים, פון די אויגן רינען טרערן פון יסורים אבער אויפן פנים איז ארויפגעזיגלט א שמייכל וואס דעם פנים טוט פון זיך נישט אפ.

מען פאנגט אן צו לויפן פון איין דאקטער צום צווייטן קיין פעני און שטוב איז נישט דא, יעדן טאג דארף מען זיצן אויפן טעלעפאן מיט אן אנדערן באקאנטער און מאכן זיכער אז מען האט עפעס א וועג אריין און שטאט ווייל דער דאקטער וויל זיי שוין זעהן אכטע צופרי, ענדליך נאך אגאנצען טאג זיך שלעפן און די שטאט קומט מען אן אהיים צובראכן און צושאסן און מען פרעגט ר׳ .... נא? וואס האט דער דאקטער געזאגט? דער ר׳ .... ענטפערט מיט די זעלבע שמייכעלע ווי אייביק... דער דאקטער זאגט אז ער קען גארנישט טאן אבער דער רופא כל זאגט דאך נישט אזוי ער קען דאך יא טאן ממילה וואס א חילוק וואס דער דאקטער זאגט זעהט אויס אז ער האט נישט די זכיה צו זיין דער שליח פונעם הייליגן באשעפער, ווען פון די זייט זיצט מרת ... און די רעדער בענקל נישט האבענדיג קיין כח צו רעדן א ווארט אבער שעפשענדיג זאגט זי ״כל מה דעביד רחמנה לטב עביד״ עס וועט בעז״ה זיין גוט! דאס האב איך אלס קינד מיטגעלעבט איבער א יאר צייט יעדען איינציגסטן טאג!
די שמייכעלע איז פון די צדיקים קיינמאל נישט אראפגעגאנגען קיינמאל!

אידן האבן כסדר אנגעפאנגען צו קומען דער ברענגן א סאפפער וואס זיין ווייב האט אפגעקאכט פאר עפעס א מרת ... פון טאהש וואס זי האט נאך קיינמאל נישט געזעהן! אבער זי ווייסט מען האט איר געלערענט אז ווען א אנדערע איד דארף הילף דארף מען אים/איר נישט קענען מען דארף נאר העלפן אן קיין חשבונות.,

דא קומט א יוד און נעמט אראפ פון די ארבייט אריינצונעמען ר׳ .... מיט זיין בני בית אויף מאנהעטן א מעשה פון אגאנצן טאג זיצן און טרעפיק פריי אן קיין פעני אפצאל. אלס ווייטער ווייל די פאנאטישע סיסטעם האט אים געלערענט אז די פליכט פון א יוד איז צו העלפן א צווייטע יוד און נויט אן קיין אייגענע חשבונות, איי ווער וועט קאווערן די געלט וואס די טאג פעלען פון ארבייט וועט אים קאסטן?
נו פאר דעם איז דאך דא אזא זאך ווי ״אמונה״ וואס א יוד האט דער אייבישטער וועט שוין העלפען.

איבריג צו זאגן אז דער יוד האט ביי מיין טאטע און דירה געוואוינט איבער א יאר צייט און פארשטייט זיך אליינס אז מיר האבן אלע געהאט א זכיה צו האלטן אזא צדיק און צדיקת און פילען זין פון ווארט און אונזער הויז פריי אן אפצאל.
איי ווער וועט באצאלן פארן באנק די מארגעדש סוף חודש און אז מען באצאלט נישט איז דער באנק נישט קיין סאך ביזי מיט קיין חסד נאר זיי שטעלן ארויס פון די הויז אויפן גאס, אבער מיין טאטע פארלאזט זיך ווייטער אויף די אמונה! דער אייבישטער וועט שוין צושיקן אז מען טוט חסד פאר א אנדערע יוד בלייבט דער אייבישטער נישט שולדיג.

דא מאכט מען א טיי אווענט אז ר׳ ..... זאל נישט האבן קיין דאגות פון קיין געלט נאר ער זאל קענען אנגיין ווי ווייט מעגליך צו באהאנדלען זיין ווייב, קומען יונגערלייט וואס מאכן קום $100 דאללער א וואך און כולל און זענען זיך משתתף מיט צוואנציג צו פופצוג דאלער, איי ביסט איגאנצן נארמאל? דאס איז דאך האלב פון דיין וועכענטליכן געהאלט! ווער וועט באצאלן סוף וואך פאר די פיש אויף שבת קודש???
אה ווייטער נישט קיין פראבלעם ווייל א יוד האט דאך אמונה! דער אייבישטער וועט נישט שילדיג בלייבן!

נאך יארן פון יסורים קשים הויעכט נעבעך אויס די הייליגע נשמה פון מרת ... און טיילט זיך אפ פון איר צובראכענע צושאסענע גוף אבער ר׳ ..... רופט אן ווינטשען ערב ראש השנה א גיט געבענטש יאר פאר זיין אלטע בעל מכניס אורח און ער רעדט מיט א שמחה וויי גלייך ער האט יעצט חתונה געהאט און נישט ווי איינער וואס האט יעצט באגראבן זיין ווייב, דער אלטער בעל מכניס אורח פרעגט ר׳ .... ווי זענט איר זיך אזוי מחזק און אזאלעכע ביטערע צייטן! אבער וואס זאגט ר׳ ...... ״״״״אמונה״״״״ א יוד וואס ווייסט אז אלעס ווערט געפירט פון אויבן ווייסט אז כל מה דעביד רחמנה לטב עביד!

די גאנצע מעשה וואס איך האב דא פארציילט איז יעדן ווארט אמת ויציב און איך גלייב נישט אז די .... טייערע ווייסט נישט דערפון.

... איך ווייס נישט וואס דער ר׳ אמונה האט דיר שלעכטס געטאן אז די האסט גענימען פאר א ציל צו פירן א קאמף מיט אים, אבער וואס איך ווייס יא איז אז אויב האט דיין מאמע געהאט איין גרינגערע טאג און לעבן איז עס א דאנק דעם אמונה, אויב האט דיין טאטע געקענט אנגיין און די ביטערע צייטן איז עס א דאנק די אמונה, אויב האט דיין טאטע און מאמע געהאט א ווארימע היים איבער א יאר צייט און מאנסי איז עס געווען א דאנק די אמונה, אויב האט דיין טאטע און מאמע געהאט א ווארימע נאכטמאל גרייט אויפן טיש נאכן זיך צריקערן פון מאנהעטן נאך א שווערע טאג איז עס אויך געווען אדאנק די אמונה, אויב האט דיין טאטע דיר געקויפט א נייע רעקל איז עס אויך געווען א דאנק די אמונה פון די אידן וואס האבן אים געגעבן די געלט דערפאר.

סך הכל! די ביסט שולדיג פאר דיין אזוי פארהאסטע אמונה דיין לעבן!

און איך גלייב באמונה שלימה אז דיין מאמע עליה השלום ריעט נישט דארט און לעכטיגן גן עדן און וועט נאך דיין אמונה אויך צריקשטעלן!

שרייבט א יוד וואס האט אייך ליב מיטן גאנצן הארץ.
..........

דער אשכול פארמאגט 32 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר