בלאט 1 פון 2
קאמענטארן אויף ניק נעמען
נשלח: פרייטאג יולי 26, 2013 11:55 am
דורך סאשי פיש
[center]
דא גייט מען קענען אויסשמיסען א ניק נאמען מיט ניק ניק נעמען איך גיי ברענגען אפאר ביישפילען יעדער זאל צולייגען[/center]
אויף [tag]מאראנצןזאפט[/tag]
טעפל האט געשריבן: מיץ-תפוזים..
אויף [tag]נאר,,פרייליך[/tag]
געפילטע פיש האט געשריבן: נאר קאמא קאמא פרייליך
קאווע טרינקער האט געשריבן:נער,, פר''ל'ך...
קאווע טרינקער האט געשריבן:שוין צייט צו טוישען דיין ניק צו "נאר,,וויינען".
נשלח: פרייטאג יולי 26, 2013 12:01 pm
דורך שמעקעדיג
שמו יגער,
א ספעיס איז בטעות אריינגעפאלן איז זיין ניק, שמויגער וואס ער איז.
נשלח: פרייטאג יולי 26, 2013 12:03 pm
דורך סאשי פיש
מיך מאכט עס אויך שרעקליך נערוועז
אפשר מיינט עס שמו זיין נאמען יגער שרייט
נשלח: פרייטאג יולי 26, 2013 12:16 pm
דורך שמעקעדיג
עס מאכט דיר נערוועז? לאדיך אפ, ס'לוינט נישט..
איך האב עס נאר געמיינט פאר א ווערטל, נישט זיכער אז עס איז טאקע א טעות.
א שאד צו זיין נערוועז, געדענק, זאלסט שטענדיג זיין נאר,,,,,פרייליך
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 5:05 pm
דורך שמו יגער
שמעקעדיג האט געשריבן:שמו יגער,
א ספעיס איז בטעות אריינגעפאלן איז זיין ניק, שמויגער וואס ער איז.
יא you got it!שמויגער שמו ושמיוגער משנתו... כדי מיין ניק זאל ווערן אנגענומען מוז איך זיין א האלבע שמויגער נישט גאנץ.... אין ווי מיין חתימה זאגט סוף כל סוף יעדע שמויגער
פאר זיך טויג ער...
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 5:09 pm
דורך שמו יגער
סאשי פיש האט געשריבן:מיך מאכט עס אויך שרעקליך נערוועז
אפשר מיינט עס שמו זיין נאמען יגער שרייט
שרעקליך נערוועז זאג נאר די האסט צו טוהן מיט די נערווען?????
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 8:00 pm
דורך סאשי פיש
וואס מיינט די נאמען [tag]Adiutor Cervides[/tag]?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 8:27 pm
דורך געפילטע פיש
סגן הערש?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 02, 2013 12:59 am
דורך סאשי פיש
איך וויל בעטען בכל לשון של בקשה אז איינער געט זיך א נאמען זאל ער נישט לאזען יעדעם מיט די צונג אינדערויסען נאר מסביר זיין וואס זיין נאמען מיינט
איך דערמאן מיך יעצט אז מען האט געמאכט א תקנה נאר אנצונעמען נארמאלע ניק נעמען איך וואונדער מיך וואס עס איז געווארען דערפון
נשלח: פרייטאג אוגוסט 02, 2013 6:33 am
דורך הערשי
סאשי פיש האט געשריבן:וואס מיינט די נאמען Adiutor Cervides?
איך וויל בעטען בכל לשון של בקשה אז איינער געט זיך א נאמען זאל ער נישט לאזען יעדעם מיט די צונג אינדערויסען נאר מסביר זיין וואס זיין נאמען מיינט
איך דערמאן מיך יעצט אז מען האט געמאכט א תקנה נאר אנצונעמען נארמאלע ניק נעמען איך וואונדער מיך וואס עס איז געווארען דערפון
אפשר הייסט ער גאר אזוי? פאלט דיר נישט ביי?
באמת איז דער ניק געעפענט געווארן דורך מיר און כ'האב עס אהין געגעבען פאר א גאסט וועלכער האט געוואלט קאמענטירן איבער איין ענין וואס איז אים געווען צום הארצן. ס'נישט גראד לאטייניש אבער על שרשי לאטין הוטבעו אדניה און כ'זע אז צו עפעס האט זיך געפילטע יא דערגרונטעוועט. איך שפיר נישט פאר קיין חוב דאס מסביר צו זיין.
צום באמערקן, סאשי פיש איז שטייצעך א העכסט נארמאלער נאמען. כ'זע עס שטענדיג אין בית מדרש אויסגענייט אויף טלית בייטלעך.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 02, 2013 9:59 am
דורך שמעקעדיג
הערשי, זעהסט טאקע נישט קיין חילוק צווישן א נאמען ווי סאשי פיש, וואס דו קענסט ארויסזאגן אן א בלינק מיטן אויג, צו דעם אויבנדערמנטן נאמען וועלכע קען צוברעכן איינעמ'ס ציין?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 02, 2013 10:32 am
דורך סאשי פיש
נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 6:16 pm
דורך סאשי פיש
וואס מיינט די נאמען [tag]gee253[/tag]??
נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 10:08 pm
דורך berlbalaguleh
הערשי האט געשריבן:סאשי פיש האט געשריבן:וואס מיינט די נאמען Adiutor Cervides?
איך וויל בעטען בכל לשון של בקשה אז איינער געט זיך א נאמען זאל ער נישט לאזען יעדעם מיט די צונג אינדערויסען נאר מסביר זיין וואס זיין נאמען מיינט
איך דערמאן מיך יעצט אז מען האט געמאכט א תקנה נאר אנצונעמען נארמאלע ניק נעמען איך וואונדער מיך וואס עס איז געווארען דערפון
אפשר הייסט ער גאר אזוי? פאלט דיר נישט ביי?
באמת איז דער ניק געעפענט געווארן דורך מיר און כ'האב עס אהין געגעבען פאר א גאסט וועלכער האט געוואלט קאמענטירן איבער איין ענין וואס איז אים געווען צום הארצן. ס'נישט גראד לאטייניש אבער על שרשי לאטין הוטבעו אדניה און כ'זע אז צו עפעס האט זיך געפילטע יא דערגרונטעוועט. איך שפיר נישט פאר קיין חוב דאס מסביר צו זיין.
צום באמערקן, סאשי פיש איז שטייצעך א העכסט נארמאלער נאמען. כ'זע עס שטענדיג אין בית מדרש אויסגענייט אויף טלית בייטלעך.
איך קען א "סאשא" וואס איז נישט קיין פיש. (ער) זי שרייבט עס אביסל אנדערש.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 10:59 pm
דורך דולה ומשקה
וואס דארף מען פונקטליך טוהן צו יענעמ'ס ניק?
סתם פארדרייען?
א 'ניק נעים' פאר דער ניק?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 11:32 pm
דורך I'm back
זענען דא ניקס וואס האבן חרטה אז זיי האבן נישט אויסגעקליבן א אנדערע ניק נאמען?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 11:38 pm
דורך סאשי פיש
דו האסט נישט חרטה?
דיין נאמען איז געווען גוט פאר די ערשטע וואך
איך מיין זאלסט עס שוין טוישען
יעדער ווייסט אז דו ביסט דא צוריק
נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 11:46 pm
דורך I'm back
די איינציגסטע פראבלעם איז אז עס איז קאמפלעצירט צו טעגן.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 11:47 pm
דורך I'm back
But never mind, with every comment, I'm back!
נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 11:51 pm
דורך sefish
איך האב חרטה ווייל געוויסע איליטערעט ניקים רופן מיר בטעית סעלפיש און איך האב נאך אין מיין לעבן קיין פיש נישט פארקויפט
נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 11:04 am
דורך געפילטע פיש
נ'וואס איז טאקע פשט אין דיין נאמען? זענען דיינע אינישעלס S. E. Fish?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 4:47 pm
דורך I'm back
[tag]sefish[/tag], איז דיין נאמען געווען א ספעלינג ערראר, אדער האסט עס טאקע געוואלט ספעלן אזוי?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 12:48 pm
דורך סאשי פיש
וואס מיינט [tag]שת.אדמזאהן[/tag]?