בלאט 1 פון 1

Minesweeper game

נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 3:43 pm
דורך [NAMELESS]
אסאך מענטשען זענען באקאנט מיט די "מיינסוויפער" געים וואס מ'קען שפילען אויף אסאך טעלעפאנ'ס. די געים ארבייט אז מ'זעהט אין א קעסטעל וויפיל "מיינ'ס" ס'איז באהאלטען לעבן די קעסטעל און אזוי קען מען אויסרעכענען ווי אלע מיינ'ס זענען.
אבער אסאך מאל קימט ביי מיר אויס אז איך זעה נישט קיין שום סימן. געב א קיק די בארד. איך בין איבערגעבליבען מיט צוויי קעסטעלעך וואס איך האב נאכנישט געדריקט (אין די געלע באקס). איינער קען מיר זאגן א וועג ווי אזוי איך האב געקענט אויסגעפינען אין וועלכע קעסטעל די מיין געפינט זיך??

נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 3:59 pm
דורך פרישער
ווען איך שפיל דעים געים האב איך א כלל גדול אז קודם עפען איך אויך אלע ארבע ריחות, אינדער נאך גיי איך ווייטער, ווייל עפעס א כלל ברויך מען דאך האבען, אין דיין קשיא איז דאך שווער אויב די דריקסט ביים ערשטען מאל אויף א באמבע, איז דאך שווער דיין באמבע קשיא, פון ווי האב איך געזאלט וויסען אז סיז דארט דא א באמבע,

מחמת די אלע פראבלעימן האב איך זיך גענימען קודם צים קרן זוויות, אין אויב ביניך נאך נישט אהט, מיטן אויבישטענס הילף, נעם איך זיך צי די קאלקאלאציאס,

דרך אגב אז די האלצט שוין דא לאז אפ די צייכענינגען, שארף דיין מוח אין האלט די צייכענעס אין מוח.

נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 4:02 pm
דורך בדחן
בכל פינה שאתה פונה אתה פונה לימין, האבענדיג א ספק האסט געזאלט קודם אויפקראכען די רעכטע באקסעל.

ערענסט גערעדט, עס האט א ענטפער?

נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 4:13 pm
דורך גאלד
ניין, ס'א פשוט'ע מזל זאך

נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 4:21 pm
דורך MickyMouse
די מערהייט פון די געים איז אויסרעכענען, עס מאכט זיך אבער אזעלכע פעלער וואס איז נישט מעגליך צי רעכענען.
איך עגרי מיט פרישער, לערן דיך אויס צי שפילען אן די פלעגס.