בלאט 1 פון 2
אלף נכנסין... ואחד יוצא!
נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 8:11 pm
דורך אביגדור
דאס איז מיין טויזענסטע תגובה, קעניינעהארע.
קאווע שטיבל איז פאר מיך געוועהן א הערליכע פלאץ, צו לייענען, פארברענגן, און שמועסן. איך האב אנגעקניפט פערזענליכע באציאונגען מיט טייל ניקס, און טייל האבן אפילו געפירט צו א פערזענליכע פריינטשאפט. אלף תגובות נכנסין איז א געוואלדיגע געפיל.
לאמיר נאר זעהן וויאזוי מען וועט טייטשען דער ואחד יוצא.
עאלאגיעס און אפשאצונגען וכו' וכו' קען מען דא אנפירקלען...
נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 10:30 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
און דאס איז שוין מיטן געפארקטע קאר... שטעלט'ס אייך פאר ווען זיין קאר פארקט ווען נישט וואלט ער שוין היינט געהאלטן ביי צען טויזענט תגובות.
נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 10:49 pm
דורך [NAMELESS]
שטיימיר דא, {כליפ כליפ

} פאר'ן ארון.
אוי!!!! גיוואלד!!! 1,000 ט'גיוועס האט ער באשיינט אינזער הייליגע שטיבעל, און יעצט

האט ער אונז איבערגעלאזט ביז די טויזענט און איינס'טע ט'גיווע.
וואס עט דא זיין אהן איהם??? ממש, ךךךךךךך' האלט עס נישט אויס.
ווער געדענקט נאך ווען ער איז אריינגעקימען אביסעל שעמעדיג, ער איז גלייך געגאנגען צו די ברוינע ווינקעל , זיך אננעמען פאר די כבוד פון רב זאל לעבען. אבער ער האט זיך געזעהן אז שלא כ'היידפארק דין קאווע שטיבעל - דא זענען די בעסערע שרייבערס נישט ביזי מיט די גארביטש, האט ער געלאנדעט אין די בלויע געגענט, און ס'האט זיך אנגעפאנגען א נייע צייט אין שטיבעל, - א צייט פון א אייגענארטיגע רבנות.
איי איי איי - יעצט נאך טויזענט ט'גיוועס באוויינט מען די צייט וואס מ'וועט יעצט ווארטען ביז די נעקסטע ט'גיווע - ווייל אן איהם מה לנו חיים

נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 10:51 pm
דורך פרישער
מזל טוב פאר דיין תגובה וואס האט ארויף געלייגט דיין סטאטוס צי ואת האלף,
דער אייבישטער זאל דיר העלפען אז עס זאל דיר עפענען דיין מעיין המתגבר, און סאל דיר איין פאלען כסדר דברים טובים,
און איך זאל מאכען אסאך געלט.
נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 10:52 pm
דורך matovu
כ'האב שטארק מורא אז ער וועט ליב האבען צי קוקען אויף זיין פרופיל און זעהן דעם נומער 1000 אז ער גייט סטאפען צי שרייבען אפאר טעג.
איך קוק אלץ ארויס אויף דיינס א תגובה. איך שטים מיט מיט אלעם. אין איך האב ליב דיין מהלך. מיר זענען פינעם זעלבען חדר כמעט....
איין מאל אינגאנצען האסטו לדעתי געמאכט א לעפט טארן און דאס איז געעוען ביי פרשת העירוב בבארא פארק מיט רב פישילע. ווער עס געדענקט. אבער חוץ מזה איים וויט יא אלל דע וועי...
אויך לאך דיך אויס פין יעדער און ווער נישט באליידיקט אזוי שנעל. שרייב איבער יענער ווארד דאקיאמענט פינעם רב'ס שלמה'לעס בר מצוה. מיר קוקען אויס..
כל טוב
נשלח: דינסטאג יולי 30, 2013 7:09 am
דורך טעפל
על אף וואס איך כאפ פון דיר אזאלעכע שארפע פעטש דאך זענען מיר זיך מחיה מיט יעדען תגובה דיינע, מיט א שארפן געשמאקען הומור אויף יעדען זאך זיי ממשיך ביתר שאת.. מיר קוקען ארויס אויף יעדע תגובה דיינער..
נשלח: דינסטאג יולי 30, 2013 10:25 am
דורך מאטי
נו!! דארף נאך איינער מסביר זיין דעם "ואחד יוצא?? יעדן טאג ס'גייט דורך שפירן מיר דעם ואחד יוצא
נשלח: דינסטאג יולי 30, 2013 10:36 am
דורך סאשי פיש
איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען די גמרא אינו דומה לשונה פרקו מאה פעמים לשונה מאה ואחד די איינמאל מאכט אויס נאר א מענטש האט ליב א נאמבער למשל 100 אדער 1000 עס איז א נאמבער עס זאגט זיך געשמאק פארדעם דארף די גמרא דאס שרייבען די זעלבע דא שרייב ווייטער ווייל די גמרא זאגט שוין אז עס איז אינו דומה 1000 צו 1001
די שרייבסט אז די האסט נישט קיין קאמפאס איך זאג דיך אבער די שווימסט אין די גוטע ריכטונג!!
נשלח: דינסטאג יולי 30, 2013 1:39 pm
דורך ברסלבער
איך האב געמיינט אז דער ואחד יוצא מיינט אז נאך טויזנט תגובות וועט קומען איינס און א גוטס, אבער דערווייל ווי? וואס? ווען?
איך בענק מיך נאך דיינע שיינע געדאנקען, איך האף אז דו וועסט אונז נישט לאזן צו לאנג ווארטן.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 9:51 am
דורך I'm back
איך וויל דא אפעלירן צום ברייטן ציבור.
ווי אונז אלע ווייסן, האט אנגענומען א שווייגעניש צוליב דעם וואס ער וויל בלייבן א גראדן טויזענטער.
לויט ווי איך פארשטיי, איז עס פשוט א בחינה פון או סי די.
איך מיין אז די איינציגע וועג איז דורך אפעלירן צו די גבאים, אז זיי זאלן מעקן איינער פון זיינע תגובות, ממילא וועט ער זיין געצוואונגען צו שרייבן נאך איינס.
איינמאל ער לייגט ארויף זיין תגובה, זאלן די גבאים צוריקלייגן די געמעקטע תגובה, אזוי אז עס איז שוין סייווי נישט קיין גלאטע טויזענטער, וועט ער זיך ווייטער נעמען שרייבן.
וואס זאגט די עולם צו דער פלאן?
און אגב, אפשר האט ער דאס געמיינט ווען ער האט געשריבן 'ואחד יוצא'. אז ווען מען וועט ארויסשלעפן פון עם נאך 'איין תגובה', וועט ער זיך נעמען יאגן צו די 2000'סטע...
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 10:06 pm
דורך סאשי פיש
[center]איך רייב מיך מיינע אויגען צו איך זע גוט אז איך האלט שוין ביי טויזענט הודעות און איך זע אז יא[/center]
[center]טראכט איך אפשר חלום איך ציפ איך מיך און ניין איך חלום נישט מען האלט שוין דא[/center]
איך האב געטרייט מהנה צו זיין דו עולם מיט פיינע געשמאקע סאשי פיש איך האף אז מען האט הנאה
[center]לאזט אייך הערען און וואונטשט אן לכבוד די שמחה[/center]
[left]החותם בשמחה סאשי פיש[/left]
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 10:07 pm
דורך זר זהב
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 10:11 pm
דורך אביגדור
סאשי,
אייערע תגובות זענען געמאכט מיט אייער אייגענארטיגע בליק אויף זאכן, ס'מוז זיין איר בליקט ארויס פון שיפע סליט אויגן.
אייער תגובות זענען על פי רוב אנע ווערטער, ס'מוז זיין איר זענט פון דעם שטילן פאסיפיק-אזיאנע פאלק וואס רעדט נישט קיין סאך.
אייערע תגובות קומען שנעל און פלינק, מיט אלע מיני ספייסעס, אנגעגרייט אזוי ווי נאר די חברה מיט הויכע באקן ביינער קענען.
סאשי פיש, א יעדע בילד אייערע איז ווערד מער ווי טויזענט לייקס.
און פאר קינוח, נאט אייך א גרויסע
מזל טוב.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 10:17 pm
דורך זר זהב
[center]דער עולם ווערט געבעטן זיך צו וואשן לכבוד די שמחה בבית ידידנו הרב סושי שליט"א[/center][center]

- u.jpg (14.07 KiB) געזען געווארן 2719 מאל

- download (5).jpg (20.54 KiB) געזען געווארן 2719 מאל
[/center]
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 10:36 pm
דורך שמעקעדיג
ווי אזוי זאגט קופערניקוס (דער לעצטער)? ליבשאפט איז אין דער לופט!
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 10:37 pm
דורך שמעקעדיג
אגב סאשי. דיין ציפ האט וויי געטאן?...
נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 12:14 am
דורך טישו באקס
מזל טוב סאשי טייערער. כהאף נאר אז די וועלסט דיך נישט צו שטארק פארליבן קוקענדיג אויף די דריי באליס פונעם טויזענטער. זיי ממשיך ביתר שאת און זעה ווידער אמאל אנצוקומען צו נאך דריי באליס. קיפ איט אופ!!
נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 2:41 pm
דורך סאשי פיש
איך האב געברענגט נאך!!
נישט כאפען עס איז דא גענוג פאר יעדעם!!
מאכטס אן ערליכע ברכה!
פאר קינדער
[center]

- image.jpg (37.69 KiB) געזען געווארן 2556 מאל
[/center]פאר די גיק חברה
[center]

- image.jpg (35.33 KiB) געזען געווארן 2556 מאל
[/center]פאר עמך יודען
[center]

- image.jpg (119.01 KiB) געזען געווארן 2556 מאל
[/center]
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 17, 2013 11:51 pm
דורך מ. גליקמאן
מזל טוב סושי!
נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 3:13 am
דורך טעפל
מזל טוב ערעב סאשי פיש, כ'מיין אז פונעם יסוד השטיבל איז נאך נישטא אזא איינער וואס האט אזויפיל מהנה געוועהן דעם עולם אין שטיבל (אפשר טאקע ווייל איין בילד רעדט טויזענט ווערטער און נאך מער) אבער איך קען טאקע זאגען מיט'ן פיל הארץ אז כ'האב דיך אפגעגעבען דיין כבוד הראוי מיט מקיים זיין ונהנית ולייקת וואו ס'שטייט אין פסוק, זיי ממשיך ביתר שאת אונז מהנה זיין, און מיר וועלען פראבירען צו לייקן עד כמה שידנו מספקת..
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 6:57 pm
דורך סאשי פיש
[center]איך וויל דא אויסדרוקען א הארציגע מזל טוב פאר אונזער חבר [tag]הוגה[/tag]!!!
[/center]
איך האב נישט די ווערטער ווי אזוי צו קענען אויסרימען הוגה,
אין יעדע נושא נעמט ער א שטעלונג און ער וועט עס פארטיידיגן ביזען סוף!!, אזאך וואס איך גלייך שטארק, ער לאזט זיך נישט פון קיינעם און ער וועט עס מסביר זיין מיט זיין גאונות און באקאנטשאפט אין אלע ענינים,
דו פולע לייקס זענען עדות ווי די עולם לייקט אים אזוי שטארק!!
הוגה דו ביסט אין כמעט יעדע נושא די מכריע מיט דיין פענע ואס דו פארמאגסט און די שפראך ווי אזוי דו ביסט מסביר א ענין!!
עס איז מיר זיך א כבוד צו דרייען אין די זעלבע קאווע שטיבעל ווי הוגה דרייט זיך!....
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 7:02 pm
דורך ודי למבין
גם אני אענה חלקי.
טראכטן קענען אסאך, האבן מיינונגען קענען נאך מער, אבער דורך טראכטן גרונטליך א זאך, קומען צו א קלארע מיינונג, זיי אראפ שרייבן אז עס זאל זיין געשמאק צו ליינען און דיפענדען אן אפעניען ביזן סוף און אלעס מיט כבוד הזולת, דאס קען נאר הוגה!
כה לחי! קיעפ די מאמענטעם גאוינג!
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 10:45 pm
דורך ונבנתה העיר
מזל טוב, הוגה.
לא איש דברים אנוכי, אבער אין די ווערטער פון דער מאן אין די שפיגל: יו אר די מען.