בלאט 1 פון 9

זוכעריי נאך א פארלוירן קינד אין קרית יואל

נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 8:14 pm
דורך George
אין קרית יואל קומט יעצט פאר א העפטיגע זיכעריי נאך א פארלוירען קינד נאך וואס ער פעלט שוין פאר א פאר שעה.

לויט ק"מ איז אויף געשטעלט געווארן א קאמענד סענטער אויף די ליזענסקער גאס.
מ'זוכט א 10 יעריג קינד מיטן נאמען "שמעון".

ווער ס'האט מער דיטעילס איז געבעטן צו פאוסטען.

נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 8:16 pm
דורך סאשי פיש
עם זוכט מען ער הייסט שמעון זארגער די חברים מיט הצלה מיט פאפליק סעפטי

נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 8:19 pm
דורך שרייבער
אפס, דער אינגל האט מיר געמאכט פאר א שר האלף

נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 8:22 pm
דורך סאשי פיש
מען זוכט!

נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 8:24 pm
דורך סאשי פיש
נאך

נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 8:24 pm
דורך שרייבער
דעת תורה האט געשריבן:פארוואס מוזטו זיין נעגאטיוו? ביסט א סאטמארער?

---

אגב, מז"ט צו שר האלף

ברוכים תהיו
יא איך בין א סאטמארער, ענד איימ פראוד טו בי, אבער ווי בין איך דא נעגאטיוו, איך האב ס"ה געשריבן ווי אזוי דאס בילד קוקט אויס

נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 8:25 pm
דורך סאשי פיש
נאך

נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 8:35 pm
דורך סאשי פיש
נאך

רחמי שמים!!!

נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 9:20 pm
דורך סאשי פיש
דער עולם ווערט געבעטען צו מתפלל זיין פאר שמעון בן ריזל דבורה צו טרעפען געזוטערהייט

נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 9:22 pm
דורך סאשי פיש
די עולם איז גרייט צו העלפען

נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 9:33 pm
דורך מורינו הרב
שמעון בן?

נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 9:37 pm
דורך סאשי פיש
ריזל דבורה

נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 9:43 pm
דורך George
שרייבער האט געשריבן:
סאשי פיש האט געשריבן:עם זוכט מען ער הייסט שמעון זארגער די חברים מיט הצלה מיט פאפליק סעפטי

דער בילד קוקט אויס, ווי מען האט אים שוין אמאל געזוכט (יענער חברה מאן....)


אפס, דער אינגל האט מיר געמאכט פאר א שר האלף



איך זעה אויפן בילד ווי מ'כאפט אים אהן ער זאל נישט פארלוירן ווערן...

ערנסט גערעדט, איז דא עפעס גוטע נייעס?

נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 9:55 pm
דורך מורינו הרב
ווי עס שיינט האט קאלמע אנגענומען א צווייטע קו, אנדערש ווי די קלעצקי פרשה און די מומביי פרשה, נעמליך אז מען האלט עס מער שטיל און מען מאכט נישט קיין פאניק צווישן קינדער און בחורים.

איך ווייס אז ביי די צוויי אויבנדערמאנטע פרשיות האבן עסקנים געהאט שווערע תערומות אויף קלמנ'ען, אז צוליב אים איז די גאנצע אידישע וועלט אריינגעפאלן אין פאניק, טעראפיסטן האבן געמוזט אראפקומען אין ישיבות און אין חדרים, און אלעס איז געגאנגען חאדאראם (קרעדיט: הערשל פרידמאן). אצינד האבן זיי אנגענומען תשובת המשקל און מאכן א פתח שין, מען רעדט קוים דערפון, אפילו עס איז שוין ביינאכט און דאס קינד פעלט א לאנגע צייט.

וואס האט ער אויפגעטאן דערמיט? - די קינדער ווייסן טאקע גארנישט, אבער די עלטערע מענטשן שטייען און פלאצן, ווארטנדיג צו הערן עפעס גוטע נייעס.

נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 9:57 pm
דורך שרייבער
מורינו הרב האט געשריבן:ווי עס שיינט האט קאלמע אנגענומען א צווייטע קו, אנדערש ווי די קלעצקי פרשה און די מומביי פרשה, נעמליך אז מען האלט עס מער שטיל און מען מאכט נישט קיין פאניק צווישן קינדער און בחורים.

איך ווייס אז ביי די צוויי אויבנדערמאנטע פרשיות האבן עסקנים געהאט שווערע תערומות אויף קלמנ'ען, אז צוליב אים איז די גאנצע אידישע וועלט אריינגעפאלן אין פאניק, טעראפיסטן האבן געמוזט אראפקומען אין ישיבות און אין חדרים, און אלעס איז געגאנגען חאדאראם (קרעדיט: הערשל פרידמאן). אצינד האבן זיי אנגענומען תשובת המשקל און מאכן א פתח שין, מען רעדט קוים דערפון, אפילו עס איז שוין ביינאכט און דאס קינד פעלט א לאנגע צייט.

וואס האט ער אויפגעטאן דערמיט? - די קינדער ווייסן טאקע גארנישט, אבער די עלטערע מענטשן שטייען און פלאצן, ווארטנדיג צו הערן עפעס גוטע נייעס.

קינדער ווייסן נישט? מיין אינגל האט געוואלט גיין זוכן

מורינו הרב

נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 9:59 pm
דורך סאשי פיש
אקעי איך גיי דיך אנציען ער פעלט שוין זייט פינעף אזייגער דאס מיינט שוין פינעף שעה וואס מען ווייסט ניט ווי ער איז

נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 10:00 pm
דורך האלאנד
autistic child !!! ס'איז אסאך שרעקדיגער!

נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 10:05 pm
דורך מורינו הרב
נישטא קיינער אויפן ארט וואס קען געבן אן אפדעיט וואס עס טוט זיך?

מאנרא'ער אידן, שטייט אויף......... נאך נישטא קיין קארן וואס רופן דעם עולם צו גיין זוכן? - וואו האלט מען דארט? - כ'בין זייער אנגעצויגן.

נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 10:14 pm
דורך סאשי פיש
[tag]שרייבער[/tag] האט גוט צוגעטראפען ער איז שוין געווען פארלוירען פאריגע וואך אויך
די מעשה איז אזוי ער איז א אויטיסטיג קינד און האט מורא פון יעדע זאך
אסאך וואלינטירען האבען זיך שוין אנגעשלאסען אין די זוך אקציע ביי די קאמענד סענטער
חוץ פון חברים מיט הצלה מיט פאפליק סעפטי מיט שמעק הונט וואס זוכען אויך
רייסט איין פאר שמעון בן ריזל דבורה!!
הן קל כביר לא ימאס תפילת רבים

נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 10:30 pm
דורך אבי גערעדט
קרית יואל קאכט ווי א קעסל, מחנות וואלאנטירן דרייען זיך ארום אין די טונקעלע גאסן און וועלדער מיט פלעשלייטס און פראדשעקטערס, וואס א מינוט קומען צו שטראמען נאך און נאך אינגעלייט און בחורים ארויסצוהעלפן זוכן א קינד וואס וואינט נישט דא און זיי קענען נישט.

זאל דער אויבערשטער העלפן מ'זאל בקרוב הערן גוטע נייעס

נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 10:55 pm
דורך לאליפאפ
עס איז פונקט געמאכט פאר קרית יואל... יעדער איז וועלקאם היינט צו נעמען שיין מעג פלעשלייט, מיט זיין סקענער און ראדיא, כ׳האף אז זייערע תפילות זענען נישט מעכב זיין צוריקקער!!

איימסארי פארן צושטערן די ערנסקייט איך גיי יעצט זאגן א קאפיטל תהילים

נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 10:57 pm
דורך לאליפאפ
ספעציעלע עמערזשענסי ליין פון הצלה - שומרים
845.783.1212

נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 10:58 pm
דורך שרייבער
לאליפאפ האט געשריבן:ספעציעלע עמערזשענסי האטליין
845.783.1212

אנטשולדיגט דאס איז נישט קיין האטליין, דאס איז די הצלה נומער אויב איינער וויסט אינפארמאציע, לאליפאפ נוץ אביסל דיין שכל, האסט א נישט קאפ בלויז צו האלטן דערויף דיין קוטשמע