איך געדענק נישט דעם גרױסן זבענק

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שלום בערגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 12, 2013 1:50 pm
געפינט זיך: באַלטימאָר
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל
קאנטאקט:

איך געדענק נישט דעם גרױסן זבענק

שליחה דורך שלום בערגער »

נאר עס בענקט זיך
נאכן אַיִן
פארן יש.
װען דער אוניװערס איז געהאָנגען
צװישן אפשר און ייאוש
האט געפסקנט
הרב פּלאַנק
זאל שױן עקזיסטירן א כהרף־עין,
א רגע מערנישט
װאס מעג אױפשװימען אין מציאות
פרײ און פראנק.

מיט אײן תנאי. אין
יעדן פראסטן טאג
זאל נאך טליען דער געדאנק
אז ס׳איז בעסער, נאך אלעמען, דער
אַיִן.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

שיין. וואס איז דאס הרב פלאנק?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

אך, ווי שיין!

אבער, ווי נעמט הרב פלאנק זיך די חוצפה צו זאגן א דעה וואס צו טראכטן, בעת מחשבה אליין עקזיסטירט דארט וואו ער האט נישט קיין דריסת הרגל?

[tag]בן תמליון[/tag], זע דא.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
דענקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 20, 2012 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 905 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 412 מאל

שליחה דורך דענקער »

[tag]פשוט-קאמפליצירט[/tag] א דאנק פאר די מראה מקום. על אף וואס איך וואלט צוגעצייכנט דאס

ביטע זיי מסביר דיין קושיא.
דאס לעבן איז ווי א קליין קינד'ס אינטערהויזן... קורץ און איינגעמאכט.
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

גערעכט.

דאס ליד דערמאנט אז פלאנק'ס פסק איז געקומען מיט דער תנאי, אז ס'זאל "נאך טליען דער געדאנק." זאג איך: "מחשבה" איז לכאורה קלענער ווי פלאנק'ס פלאץ. האט ער דאך אהין נישט קיין צוטריט. איז פון וואו די חוצפה אריינצורעדן דארט, וואו ער ווייסט גארנישט?...
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

פשוט קאמפליצירט :קראץ:
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

[tag]בן תמליון[/tag]

מעקס פלאנק האט מחדש געווען אז ס'איז דא א באשטימטער סכום ווי קליין דאס קלענסטע שטיקל מקום קען זיין. דאס זעלבע האט ער געזאגט לגבי זמן, אז ס'איז פאראן א שטיקל צייט-אפשניט, וואס איז דאס קלענסטע שטיקל צייט וואס איז נאר שייך. דארט אויף יענעם שטאפל איז די גרעניץ פונעם מציאות הטבע. קלענער ווי יענעם שטח און צייט-שטיקל איז פשוט נישט-עקזיסטענץ.

(איך שרייב פון זכרון. כ'בין גערעכט, [tag]דענקער[/tag]?)
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

[tag]בן תמליון[/tag], עיקר שכחתי: א מחשבה איז מער דקות'דיג ווי מקום און זמן (והא ראי' אין מחשבה קען א מענטש טראכטן פון א מציאות מקום וזמן קלענער ווי דעם פלאנק-סכום). במילא, האט פלאנק'ס מקום-זמן נישט קיין רעכט מגביל צו זיין די פון אים-גרעסערער מחשבה.

לכאורה, האבן מיר דא א פירכא אויף שלום בערגער'ס ליד. נאר וואזשע דען, פאעזיע איז דער דרוש פונעם קונסט-פרדס, און מיר האבן דאך דעם אלטן רעטונגס-מיטל פון "אין משיבין על הדרוש."

(ווען בערגער וועט נאך א טאג שניידן און פארמאכן די גופים פון זיינע פאציענטן צוריקקומען זען וויאזוי דאס ליד זיינס פילט, וועט ער בכלל נישט דערקענען אז דאס קינד איז שוין אינדערצווישן געשטארבן און צוריק לעבעדיג געווארן :lol:
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
שלום בערגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 12, 2013 1:50 pm
געפינט זיך: באַלטימאָר
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל
קאנטאקט:

איר האט טיפער ארײנגעטראכט אין ליד װי איך אלײן

שליחה דורך שלום בערגער »

נצחוני בני...

כדי זיך צו פארטיידיקן קען איך אפשר זאגן אז - אדער פלאנק איז א שטיקל כל-יכול, און זיין מחשבה איז מסוגל מגביל צו זיין די גרענעצן פון צייט און רוים, אדער - אז די גאנצע מעשה שפילט זיך אים אפ אין מוח. אפשר איז דאס אליין אן עקפערימענט פאר פלאנקן דעם בעל-טעאריע.

איך פיל זיך א ביסל שולדיק אפצוגעבן פלאנק דעם אויבן-אן. ס'איז מיר ניט קלאר ווי אזוי ער האט "פארבראכט" די חורבן-יארן בימי היטלער ימ"ש. כ'האב א חשד אז...אבער ווער ווייסט?

http://www.jstor.org/discover/10.2307/4 ... 2193068473
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

תנוח דעתך, שלום. מאקס פלאנק איז געווען אן איידעלער מענטש, אן אוהב ישראל און אן אוהב שלום וועלכער האט פרובירט שתדל'ען ביי היטלער'ן אז ער זאל צוריקציען פון זיין צורידערטן באשלוס צו פארטרייבן אלע אידישע סייענטיסטן פון דייטשלאנד, א באשלוס וואס האט אויסגעליידיגט די גערמאנישע אוניווערזיטעטן פון זייערע בעסטע קעפ. ווען ער איז צוריקגעקומען אן ערשיטערטער נאכדעם וואס היטלער האט געווארפן א טאנטראם פאר זיינע אויגן און מיט ווילדע לאזונגען באזידלט די אידן האט ער איינגעזען דעם ביטער' מציאות אז נישט מיט יעדן קען מען האנדלען מיט ווייכקייט און לאגיק.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

לגבי די פּלאנק משפחה און די נאציס.

ובכלל בנוגע (עכ״פ) פּלאנק לענג/מקום און מחשבה קען דאס אלס אפשר זיין תלוי אין טאמער נעמט מען אָן דר. פרענק טיפּלער׳ס אָמעגא פּונקט קאסמאלאגיע. והיינו, אז אליביה, באחרית הימים וועט מען צווינגען די גאנצע יקום צו א קאָלעפּס צו א סינגולעריטי וואס איז לכאורה בעצם קלענער ווי די פּלאנק לענג וכו׳, וואס דאן האט מען אינפיניט קאָמפּיוּטיִנג כח; מחשבה…
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
פארשפארט