אשרינו מה טוב חלקינו,
ישמח לבינו ותגל נפשינו,
אשרי העם שככה לו,
ברוך שלא עשנו גו.
ברוב שבח והוד
אז עס איז א זמן לרקוד,
יעצט ווען א דערלייכטערונג טוט זיך שפירען,
איז פילייכט א צייט אביסל אויף אינז צו רופלעקטירן
די אלע וואס טוען און אינז היימישע אידן באשמוצן,
צו איז דאס שמוץ אדער סתם חוזק מאכן מיט שפאס און וויצן,
אבער ווען עס קומט אזא פאל מוזן אלע מודה זיין,
ישראל קדושים הם,
והמלאך רע בעל כרחך יענה אמן,
א קינד פארלוירן! יעדער זארגט ווי ביי זיינס א קרוב,
כל ישראל ערבים יעדער שפירט זיך ווי אן ערב,
מען לייגט אלעס אין די זייט מיט אנגענסט און שרעק,
און מען זעצט זיך ביים תהילם׳ל אוועק.
עס פעלט נישט אויס אסאך צו באשרייבן,
א מחלוקה׳לע אהער א מחלוקה׳לע אהין, אבער ווען עס קומט צום כלל טוט מען די דיפערענצן און א זייט לייגן,
מען טוט זיך העכער אלע נארישקיעטן הייבען,
און לטובת א נפש בישראל טוט מען די מיינונגען בייגן,
א בחור פון קרית יואל און א בחור פון קווינס שטייען ביים ציון פון מרן האדמו״ר מסאטמאר זי״ע די פנים געבויגן צום וואנט,
מתפלל זיין מיט טרערען טוען זיי פאר קינד וואס איז זיי בכלל נישט באקאנט,
ווען פון די אנדערע זייט ארבעטן האנט ביי האנט,
פראזעקטער׳ס פון חסד של אמת און מתעסקים איינס נעבן אנדערן שיינט.
יא עירוב נישט עירוב מעג מען יא אדער נישט טראגען,
אבער קיין קרית יואל טוט זיך יעדער יאגן,
נעכטן זיך מיט די הענט געפראסקעט און זיך ארום געשלאגן,
אבער היינט טוט מען זיך א קינד צו טרעפן אינאיינעם פלאגען,
דער נאר אויף קאווע שטיבל שרייבט, דער נאר אויף איי וועלט אבער קאווע ער שעלט,
אבער און די זעלבע פושקה לייגט מען ח״י דאללער זאל די ברכה חל זיין אויף די געלט,
דער ליינט נאר דער בלאט און דער אנדערער נאר דער יוד,
אבער דאנערשטאג אויף די העדליינס די זעלבע חסדי ה׳ אויף ביידע בלעטער פראמינענט פיגורט.
ווער עס טוט זיך מתבונן זיין אביסל צוזאמקלייבן,
טוט ביי אים נישט קיין ספק בלייבן,
מיט אלע חסרונות פונעם סיסטעם
I'm an hasidic jew and proud to be one.
Because loveing brothers we all are when all is said and done!
ווען מיר קענען זאגן אשרינו...
- איש צדיק תמים
- ידיד השטיבל
- הודעות: 152
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2013 1:49 pm
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 171 מאל
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
איש צדיק תמים האט געשריבן:א מחלוקה׳לע אהער א מחלוקה׳לע אהין, אבער ווען עס קומט צום כלל טוט מען די דיפערענצן און א זייט לייגן,
מען טוט זיך העכער אלע נארישקייטן הייבען,
Because loveing brothers we all are when all is said and done!
איך שעפ נחת ווען איך זעה די ווערטער, בפרט ווען עס קומט פון די סאמע גרעסטע פאטשקערס אין די בלאטע.
וירח ה' את ריח הניחוח
- איש צדיק תמים
- ידיד השטיבל
- הודעות: 152
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2013 1:49 pm
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 171 מאל
צו געבן נחת פאר א אנדער יוד האט זיך אפי׳ צו פאטשקענען און די בלאטע געלוינט,
נאר אגב בלאטע איז אפי׳ טייל פון דיינע מאמרים אפי׳ עס איז אנדערע בלאטע ווי דער עולם איז געוואוינט,
אבער סתם פארן געזונט איז גוט אמאל א לאך,
שמעקעדיג טייערע, מען מוז זיך נישט עסן אויף יעדע זאך.
אפי׳ ווען יענער זאגט אמאל זאכן וואס זענען דיר נישט צום הארצן,
מעגסטו אמאל די דיפערענצן לייגן און א זייט אז די חלוקי דעות זאלן נישט אייביק ארויסשטארצן,
אפי׳ די ביסט פון די יונגער דור, אן אויפגעקלערטער בעיבי באמער,
מעגסטו פון אן אלטער פאנאטישער איש תמים פארנעמען אביסל יומער.
נאך אלעם זענען מיר ברודער אונזערע עלטערן האבן פון די זעלבע רשעים געליטן,
מען האט אינז ביידן ביי די אכט טעג פארשניטן,
פאר א פאר מינט מען מיר זיך ביי אזא שמחה פרייען אינאיינעם,
סיי די אויפגעקלערטע די נערים, און סיי די צרוגעשטאנענע די זקנים.