בלאט 1 פון 2

אברהם פריד נייע סי די! א מחיה!!

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 1:18 pm
דורך סאשי פיש
אברהם פריד געט ארויס א נייע סי די מיט אידישע ניגונים עס גייט הייסען א מחיה
ביים זונגען

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 3:33 pm
דורך [NAMELESS]
קענסט זאגן אביסעל מער וועגען די סידי?

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 3:42 pm
דורך מ. גליקמאן
וואס שייך צו וויסן מער?
אז עס גייט זיין אידישע ניגונים האט ער דאך שוין געשריבן.
אפשר דאס וועט דיר מער צופרידן שטעלן, 1) יוסי גרין קאמפאזט דערפאר. 2) נפתלי משה שניטצלער האט ארעינדזשט אפאר ניגונים.
פאר נאך פרטים וועט מען מוזן ווארטן אביסל.

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 3:57 pm
דורך סלינקי
גייט עס זיין א קאלעקשען פון אלטע ניגונים אדער אלעס פריש קאמפאוזט?

נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 9:02 am
דורך ידען
נייע ניגונים

נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 9:49 am
דורך טעפל

נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 9:52 am
דורך סאשי פיש
דאס איז די קאווער

נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 9:58 am
דורך סאשי פיש
עס הייסט אז עס גייט שוין זיין אין די געשעפטען נעקסטע וואך אדער צוויי!!

http://tinyurl.com/mxlvkdt

http://youtu.be/dcyC7Z0-dCU

נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 1:27 pm
דורך סאשי פיש
[center]א באריכט איבער די סי די [/center]
[center]די סי די גייט האבען דרייצען נייע אידישע נוגינים[/center]
[center]נישט אזוי ווי פאריגע מאל פון יום טוב ערליך[/center]
[center]נאר פריש קאמפזירט דורעך די וועלט בארימטע קאמפאזערס פינקי וועבער, ליפא שמעלצער, אברימי ג'י, נפתלי שניצלער, יובל סטופל, איצי וולדנער, רולי אזרחי, אלי לשינסקי און נאך[/center]
[center]עס הייסט אז עס גייט שוין זיין אין די געשעפטען נאך די חודש[/center]

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 2:30 am
דורך טעפל
פארוואס האט ער אפגעלאזט ר' יו"ט'ן, א שאד, ס'איז געוועהן הערליכע זאכען..

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:02 pm
דורך זר זהב
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=dcyC7Z0-dCU[/youtube]

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 12:20 pm
דורך סאשי פיש
מען קען הערען די ניגון ארויס ארויס פון גלות ארויס (קרעדיט kls7777פון אייועלט)

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 12:50 pm
דורך סלינקי
אפדעיט: באריכטן געבן איבער אז די נייע סידי וועט זיין צובאקומען אין די געשעפטן זונטאג נצבים וילך (אוגיסט 25)

סאשי פיש האט געשריבן:מען קען הערען די ניגון ארויס ארויס פון גלות ארויס (קרעדיט kls7777פון אייועלט)


[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=eyzRijcM2OU[/youtube]

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 1:51 am
דורך סאשי פיש
מען קען שוין דאנלוידען די סי די ביי Mostly music

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 5:20 pm
דורך סאשי פיש
אברהם פריד מיט ליפא מיט די נייע סידי

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 5:35 pm
דורך אבי גערעדט
ליפא, לערן דיך אראפ פון אברעימעל, א געשמאקע רייכע היימישע אלבום, דאס וויל דער עולם

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 7:12 pm
דורך סאשי פיש
ווייל דו וואולסט מיינט נישט אז דער עולם וויל!!!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 8:05 pm
דורך איך אויך
דער עולם איז צאמגעשטעלט פון אסאך דו.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 7:32 am
דורך לאליפאפ
און פון אסאך ער׳ס אויך

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 29, 2013 2:40 am
דורך רויטע וואנצעס
אברהמ'ס נייע סידי איז אויסערגעווענדליך געשמאק און זיס. זיין קול הערסט זיך שטערקער ווי אמאל. קען זיין?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 29, 2013 1:37 pm
דורך ודי למבין
זיין קול ווערט וואס אמאל בעסער און בעסער. הה"ד זקני תלמידי חכמים וכו'.
די אלבוים אין דזשענעראל, אבער, איז לדעתתי זייער טשיעפ, שוואכע ניגונים און א כאפ לאפ דזשאב.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 30, 2013 5:49 pm
דורך מאראנצןזאפט
יעדע ניגון איז א דיאמאנט, ממש א ברכה צו מאכן, און על פי רוב מיט א טיפן תוכן.
די שטערקסטע אלבום אויפ'ן אידישן מארק זייט כיסופין פון מרדכי.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 30, 2013 6:17 pm
דורך קורץ און שארף
איך בין מיט מאראנצן זאפט. יעדע ניגון עקסטער איז אויסערגעווענליך שיין. ממש א מעסטער פיעס. ווי איך הער האט זיך עס גוט פארקויפט