בלאט 1 פון 4
ידיעות שונות בעניני חולין
נשלח: מוצ"ש אפריל 21, 2012 11:34 pm
דורך יידל
די שתן (urine) פון א ביעווער איז אן אפיציעלער food additive (דאס הייסט אז עס איז באשטעטיגט ביי די עסן און דראג אדמינאסטראציע, די FDA, אז מען מעג עס נוצן אין עסן), און לעגאל קען דאס ווערן באצייכנט אויפן פלעשל אלס "natural flavoring". עס ווערט אין גרויסן גענוצט אלס "נאטורליכער" פלעיווארינג אין טרונקען. (איז עס כשר? איך האף אז נישט...). אה, און מען נוצט עס אויך צו פלעיווארען ציגארעטלאך. (מקור:
וויקיפעדיע)
Re: ידיעות שונות בעניני חולין
נשלח: מוצ"ש אפריל 21, 2012 11:39 pm
דורך שמואל הלוי
והלא מי רגלים יפין לה...
Re: ידיעות שונות בעניני חולין
נשלח: זונטאג אפריל 22, 2012 12:03 am
דורך געצל
שמואל הלוי האט געשריבן:והלא מי רגלים יפין לה...
נישט צום עסן...
Re: ידיעות שונות בעניני חולין
נשלח: זונטאג אפריל 22, 2012 12:19 pm
דורך שמעקעדיג
אינטערעסאנטע פאקטן
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 1:15 pm
דורך ידען
פרויען אין רייכערע לענדער וויינען מער ווי פרויען פון ארעמערע לענדער (וואל סט זשורנעל)
וואל קען נישט ברענען אויסער אויב סע איז אין א שטארקע פייער. נעם עס אוועק און סע וועט זיך אליינס אויסלעשען, ווייל עס ליגט א נאסקייט אין עס.
אויב נעמסט א קאר רייד צו די זון וועט עס נעמען 176 יאר אנצוקומען אויב פארסט 60 מייל א שעה נאן סטאפ.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 1:17 pm
דורך זר זהב
אין קאלאראדא איז דא די ווייניגסטע איבערוואגיגע איינוואוינער.
אין מיססיססיפפי די מערסטע.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 1:20 pm
דורך לאדיך אפ
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 1:45 pm
דורך ידען
לאדיך אפ האט געשריבן:http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=19&t=439
טאקע די זעלבע איידיע.
ישר כח. מען וועט צוזאמשטעלען.
נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 10:39 pm
דורך יידל
עס זענען דא מער שטערן אין די אוניווערס ווי ברעקלעך זאמד אויף אונזער וועלטל.
נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 11:02 pm
דורך שמעקעדיג
WOW
מקור?
נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 11:09 pm
דורך ברזלי הגלעדי
יידל האט געשריבן:די שתן (urine) פון א ביעווער איז אן אפיציעלער food additive (דאס הייסט אז עס איז באשטעטיגט ביי די עסן און דראג אדמינאסטראציע, די FDA, אז מען מעג עס נוצן אין עסן), און לעגאל קען דאס ווערן באצייכנט אויפן פלעשל אלס "natural flavoring". עס ווערט אין גרויסן גענוצט אלס "נאטורליכער" פלעיווארינג אין טרונקען. (איז עס כשר? איך האף אז נישט...). אה, און מען נוצט עס אויך צו פלעיווארען ציגארעטלאך. (מקור:
וויקיפעדיע)
עיין מס. בכורות (פרק ראשון ליידער געדענק איך נישט די דף) די גמ איז מחלק בין שתן לשתן
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 5:02 am
דורך טעפל
ידען האט געשריבן:פרויען אין רייכערע לענדער וויינען מער ווי פרויען פון ארעמערע לענדער (וואל סט זשורנעל)
ס'איז דא עפעס א הסבר אויף דעם, קען זיין ווייל ביי פרויען וויינען איז א פאזיטיווע זאך ערלויבען זיך די רייעכערע מער..
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2013 11:59 am
דורך boxcover
שמעקעדיג האט געשריבן:WOW
מקור?
סארא שאלה? רעכען עס אליינס אויס!
דזשאסט קידינג... איך וועל דיר גיבן א האנד.
טא וויפיעל גרעינס פון זאַמד געפינען זיך אין די וועלט? איר קענט אָנהייבן דורכן פראבירן צו טרעפן וויפיעל גרעינס פון זאַמד עס זענען אין אַ לעפל פון זאַמד. ניצט אַ פארגרעסערונג-גלאָז צו ציילן וויפיעל גרעינס גייט אריין אין אַ קליין אָפּטיילונג. דאן, ציילט וויפיעל פון יענע סעקשאן גייט אריין אין דיין לעפל. רעכען צוזאם די צוויי נומערן צוזאַמען צו באַקומען אַ בערך'דיגע ענטפער. ניצענדיג דעם זעלבן פּרינציפּ, מיט נאך אביסל אינפֿאָרמאַציע און חשבונות, האבין די מאַטאַמאַטיקערס פון די אוניווערסיטעט פון האַוואַיי געקומען צו א מסקנא אז עס איז פארהאן בערך
7,500,000,000,000,000,000 (אדער
זיבען קווינטילליאָן און פינעף קוואַדרילליאָן) גרעינס פון זאַמד אויף די כדור העולם!
די חשבון איז אזוי.
צו רעכענען וויפיעל
זאמד גרעינס עס געפינט זיך אין אלע ביעטשעס דארף מען קודם רעכענען (גיין ציילען קען מען נאר א פריוואטע ביעטש ווייל די פאבליק ביעטש איז אסור!) וויפיעל
זאמד עס געפינט זיך: מען רעכענט אויס די לענג פונעם ביעטש, טיימס די ברייט פון א געווענליכע ביעטש, טיימס די טיעפקייט פון א געווענליכע ביעטש.
וויפיעל זאמד = די בערך'דיגע לענג פונעם אלע ביעטשעס X די געווענליכע ברייט פונעם ביעטש X די געווענליכע טיעפקייט פונעם ביעטש
מיר וועלן דאַרפן שאַצן די פּאַראַמעטערס (די אטריביוטס נאך די איקוואַלז סימבאל (=)). כדי אנצוהייבען, וועלן מיר נוצן דעם געדאַנק אַז די לענג פון די ביטשעס איז א געוויסע פּראָצענט פון די לענג פון די ברעגעס. די לענג פון די ברעגעס איז פארבינדען צו די גרויסקייט פון דער פלאנעט ערד. מיר וועלען רעכענען די גרויסקייט אין טערמינען פון די אַרומנעם (circumference).
די לענג פון די ברעגעס = וויפיעל אַרומנעמס X אַרומנעם פון פלאנעט ערד
ממילא וואלט די חשבון געווען
חול הים = די פּראָצענט פון די לענג פון די פלאנעט X די לענג פון די פלאנעט
מיר וועלן נוצן בערך'דיגע אָבער יושר'דיגע נומערן און ענטפערס פֿאַר די פּאַראַמעטערס.
- די פּראָצענט פון די לענג פון די פלאנעט: 25%
- וויפיעל אַרומנעמס: 5
- די אַרומנעם: 40,000 קילאמעטער (א קילאמעטער איז 1,000 מעטער, וואס יעדע מעטער איז 1,000 מילימיטער)
- ברייט: 30 מעטער
- טיעפקייט: 5 מעטער
ממילא גייט די מסקנה אזוי:
חול הים = (25% [די פּראָצענט פון די לענג פון די פלאנעט] מאָל ((5 [וויפיעל אַרומנעמס]) מאָל (4,000 [די אַרומנעם] מאָל (1,000 [די חשבון פון קילאמעטער צו מעטער] מאָל (1,000 [די חשבון פון מעטער צו סענטימעטער]))))) מאָל (30 [ברייט] מאָל 1,000 [מילימיטער]) מאָל (5 [טיעפקייט] מאָל 1,000 [מילימיטער]))
ווען איר וועט טרעפן וואלענטירן וואס זענען גרייט צו גיין ציילען אלע חול הים, וועט איר זעהן אז די א.ד. חשבון איז היפש קרוב לאמת.
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2013 12:07 pm
דורך חד גדיא
טעפל האט געשריבן:ידען האט געשריבן:פרויען אין רייכערע לענדער וויינען מער ווי פרויען פון ארעמערע לענדער (וואל סט זשורנעל)
ס'איז דא עפעס א הסבר אויף דעם, קען זיין ווייל ביי פרויען וויינען איז א פאזיטיווע זאך ערלויבען זיך די רייעכערע מער..
קען זיין ווייל מענטשן אין ארעמע לענדער זענען בכלל מער פארהארטעוועט.
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2013 12:11 pm
דורך boxcover
דיסקלעימער: דאס אלעס איז ע"פ די מענטשליכער שכל, ווייל ווי ס'שטייט שוין אין פסוק
...כחול הים, אשר לא יספר מרוב
ביי דע וועי, אז מ'רעדט שוין (כ'האף אז מ'מעג אריינשטיפען א טיפה דברי קודש אין די עניני חולין...), וויאזוי איז שייך אז ס'זאל זיין
ושמתי זרעך כעפר הארץ וכחול הים אשר לא יספר מרוב? די ענטפער קען זיין אז כשם שאי אתה יכול לספר החול הים (די חשבון איז דאך נאר א עדיוקעיטעד השערה), כך אי אתה יכול לספר את בני ישראל מרוב.
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2013 12:28 pm
דורך boxcover
וויפיעל פלאנעטן און שטערנס איז פארהאן אין יוניווערס?בעיסיקלי זאגט ער אז צו באַקומען די גאַנץ שטערן-באַפעלקערונג אין די מילקי וועג (דאס איז אונזערע גאלעקסיע), מיר מוזן נעמען די נומער פון ליכטיגע שטערן וואס מיר קענען זען פון דער ווייט און משער צו זיין אַז מיר וויסן ווי פילע שוואכער-שיינעדיגע שטערן גיין צוזאמען מיט זיי. לעצטיגע נומערן זאגען בערך 400,000,000,000 (400 ביליאָן) שטערן, אָבער אַ 50% מארדזשין-איו-עראר (ארויף אדער אראפ) איז גאַנץ מעגליך. און דאס איז נאר די מילקי וועג.
יעצט דארפט איר דאס מאלטיפלייען מיט די נומער פון אלע גאלעקסיע וואס איז פארהאן. די הובעל טעלעסקאָפּ האט די מעגליכקייט צו באמערקן בערך 80 ביליאן גאַלאַקסיעס. אבער כ"ע מודים אז דאס איז נאר א טיפה מן הים (no pun intended). קומט אויס אז דער קאנסערוואטיווער שאַץ פאַר די נומער פון גאַלאַקסיעס איז
i 8 x 10^10 i (מעק אויס די צוויי i'ס)
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2013 3:37 pm
דורך שמעקעדיג
WOW, מר. באקסקאווער. אזא האנט צו געבן?
זייער שיין, און א דאנק!
ס'איז באמת פלאי פלאות וואס מיר מענטשעלעך זענען אנטקעגן אזא מעכטיגן בריאה וואס גאט האט באשאפן.
נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 12:46 am
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:WOW, מר. באקסקאווער. אזא האנט צו געבן?
זייער שיין, און א דאנק!
ס'איז באמת פלאי פלאות וואס מיר מענטשעלעך זענען אנטקעגן אזא מעכטיגן בריאה וואס גאט האט באשאפן.
יא יא, דאס קען מען זייער גוט זען ווען מ'קוקט אויף די בילד פונעם "
בלאסע בלויע פינטל", און ווי אזוי קארל סעיגען לייגט עס אראפ.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=wupToqz1e2g[/youtube]
נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 1:03 am
דורך לעיקוואד
boxcover האט געשריבן:דיסקלעימער: דאס אלעס איז ע"פ די מענטשליכער שכל, ווייל ווי ס'שטייט שוין אין פסוק
...כחול הים, אשר לא יספר מרוב
ביי דע וועי, אז מ'רעדט שוין (כ'האף אז מ'מעג אריינשטיפען א טיפה דברי קודש אין די עניני חולין...), וויאזוי איז שייך אז ס'זאל זיין
ושמתי זרעך כעפר הארץ וכחול הים אשר לא יספר מרוב? די ענטפער קען זיין אז כשם שאי אתה יכול לספר החול הים (די חשבון איז דאך נאר א עדיוקעיטעד השערה), כך אי אתה יכול לספר את בני ישראל מרוב.
דברה תורה כלשון בני אדם,דרך גוזמא והפלגה, לא שיהיה כפשוטו אנשים אין מספר (רד"ק ורלב"ג).
נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 11:25 am
דורך ענדע צדיק
בנוגע נוצן מי רגלים צו טרינקען ווערט שוין דערמאנט אין גמרא שבת אז ס'איז א רפואה פאר געוויסע מחלות.
נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 11:32 am
דורך שמעקעדיג
און אין די מפרשים ערגעץ איז א פלוגתא וועלכע ברכה מ'מאכט דערויף, אויב בכלל...
(איחוד, נאו אפענס...)
נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 2:36 pm
דורך boxcover
ענדע צדיק האט געשריבן:בנוגע נוצן מי רגלים צו טרינקען ווערט שוין דערמאנט אין גמרא שבת אז ס'איז א רפואה פאר געוויסע מחלות.
מקור?!
נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 9:49 pm
דורך chosen people
boxcover האט געשריבן:ענדע צדיק האט געשריבן:בנוגע נוצן מי רגלים צו טרינקען ווערט שוין דערמאנט אין גמרא שבת אז ס'איז א רפואה פאר געוויסע מחלות.
מקור?!
שבת דף קט ע''ב ודף קי ע''א