צירופים פון טשעראפאכעס

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
לולקע-ציבעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל

צירופים פון טשעראפאכעס

שליחה דורך לולקע-ציבעך »

יעדע זאך וואס עקזיסטירט אויף דער וועלט, איז צוזאמגעשטעלט פון קלענערע זאכן. אלעס וואס עקזיסטירט - פון א ברעקל זאמד ביז דער גרעסטן שטערן - קען צעטיילט ווערן אויף קלענערע חלקים. דער קלענסטער חלק אויף וואס א זאך קען צעשטיקלט ווערן, איז דער אטאם. ביים יסוד הדבר איז יעדע זאך צוזאמגעשטעלט פון אטאמס. איינמאל עפעס איז צענומען געווארן ביז דעם לעוועל, מיינט עס איז די זאך איז צענומען געווארן ביז איר יסוד. אויב צענעמט מען דעם אטאם אליין, ווערט די זאך "אויס". זי ווערט טאקע נישט פארשווינדן פון עקזיסטענץ, אבער זי טוישט זיך צו אן אנדער פארמאט; די זאך ווערט עפעס אנדערש. (די פרטים זענען אויסגעשמועסט געווארן אין דעם אשכול.)

ביים אטאם אליין הייבט זיך אן א נייע וועלט. ווען מען קריכט אריין אין די חלקים פון וואס אן אטאם איז צוזאמגעשטעלט, טרעפט מען זיך מיט א נייע מציאות, און אפילו חוקי הטבע וואס זענען אנדערש, אפילו סתירה'דיג, צו די וואס מיר זענען צוגעוואוינט. די סובאטאמישע חלקים פונקציאנירן לויט אנדערע כללים ווי די פון דער "גרויסער וועלט", וואס מיר זעען און לעבן מיט. "דא" און "דארט" און "פריער" און "שפעטער" מיינען דארט עפעס אנדערש. גארנישט איז דארט זיכער. פון אונזער פערספעקטיוו הערשט דארט אזא מין תוהו ובוהו.

יעדער אטאם באשטייט פון דריי מינים סובאטאמישע חלקים: פראטאנס, נוטראנס, און עלעקטראנס. יעדער אטאם באשטייט פון א געוויסן סכום פון די דריי חלקים. אלעס אויף דער וועלט איז צוזאמגעשטעלט פון אטאמס, און דער חילוק פון איין זאך ביז דער אנדערער ליגט אין נאר אין וואספארא מין אטאמס זי איז צוזאמגעשטעלט; דאס הייסט, וויפיל פון די סובאטאמישע חלקים אירע אטאמס פארמאגן. פון לופט ביז אייזן, פון זאמד ביז מענטש, אלע זענען צוזאמגעשטעלט פונעם זעלבן יסודות'דיגן חומר. דער איינציגער אונטערשייד ליגט אין די אטאמס - אין דעם אטאמ'ס אינגרידיענטס.

לויט דעם קומט אויס אז דער יסוד היקום פון אלעס וואס עקזיסטירט, איז דער אטאם און זיינע חלקים. דאס מיינט, אז ביים גרונט, זענען מיר אלע די זעלבע. דער חילוק ליגט בלויז אין די קאמבינאציעס, וויפיל און וויאזוי די יסודות'דיגע זאכן זענען צוזאמגעשטעלט.

עס ליגט אבער מער ווי דעם. היות אינעם סובאטאמישן וועלטל איז בכלל נישטא קיין זיכערקייט - מען קען קיינמאל נישט זאגן אויף פארטיקל מיט זיכערקייט וואו ער איז און וואס ער טוט - קומט אויס אז דער גאנצער יסוד איז זייער וואסעריג און וואקלדיג. נישט נאר דאס - ס'איז א שאלה צי ס'איז בכלל שייך עס אנצורופן א יסוד. די אנגענומענע מיינונג אין סייענס היינט צו טאג איז אז פארטיקלס עקזיסטירן נישט געהעריג, עכ"פ, נישט אויף דעם אופן ווי מיר זענען צוגעוואוינט אפצוטייטשן "עקזיסטענץ". זיי ווערן אויס און ווערן צוריק באשאפן, און זיי עקזיסטירן בתורת "מעגליכקייט", בכוח וואס קומט ארויס אל הפועל ווען מען קוקט אויף זיי. (טאָק עבאַוט "יש מאין". אין חסידות רעדט מען א סך וועגן דעם אז די וועלט ווערט באשאפן יעדע רגע. ס'איז נישט נאר דאס, אז דער אויבערשטער "כאפט אן" די וועלט און ערלויבט איר צו בלייבן עקזיסטירן, נאר אז די בריאה האלט אין איין באשאפן ווערן.)

די סובאטאמישע וועלט איז, קומט אויס, כאאס. אין א געוויסן זין גילט נאך דארט דער "והארץ היתה תוהו ובוהו." זיכערקייט, "דעפיניווקייט", הייבט זיך אן איין שטאפל ארויפצו: ביים אטאם. למעשה קענען מיר דאך נישט געבן פאר'ן אטאם דעם טיטל "יסוד", ווייל מיר ווייסן דאך אז ער אליין איז צוזאמגעשטעלט פון נאך זאכן. יא, מיר פארשטייען טאקע נישט דעם סדר הדברים און סיסטעם; אבער דער פאקט בלייבט אז דער אטאם איז נישט דאס לעצטע ווארט.

מוזן מיר זאגן אז דער יסוד, נאך אלע קשיות און תמיהות, ליגט אין דער סובאטאמישער וועלט. די איינציגע זאך וואס איז דארט זיכער און קלאר, איז אז די סובאטאמישע "חלקים" (וואס און ווער זיי זאלן נאר נישט זיין), קאמבינירן זיך און פארמען אינאיינעם אויס די ערשטע זיכערע און "הארטע" עקזיסטענץ.

דער יסוד פאר עקזיסטענץ, לפי זה, איז באמת: קאמבינאציעס, צירופים פון מושגים. פאר זיך אליין זענען זיי נישט קיין קלארע, הארט-באשטימטע זאכן; איינמאל דער צירוף געשעט, ווערט א בריאה געבוירן.

חברינו [tag]יאנקל[/tag] האט אמאל דערמאנט די מעשה מיט יענער פרוי וואס האט גע'טענה'ט אז די וועלט שטייט אויף א טשעראפאכע, וואס שטייט אויף א טשעראפאכע, וואס שטייט אויף נאך א טשעראפאכע - און אזוי ווייטער א שורה מיט טשעראפאכעס וואס ציט זיך אן קיין סוף. אויבנאויף, זיס-נאאיוו. אבער נאכ'ן נעמען דאס אויבנדערמאנטע אין חשבון, בין איך גארנישט אזוי זיכער אז די פרוי האט גערעדט אזעלכע שטותים...
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

ספר היצירה איז דאך טאקע צירופים..
Under influence
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

וואס א נפק''מ פון א 'תורה מחשבה' פערספעקטיוו צי סאיז דא א יסוד און וואס איז די יסוד?
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

זייער שיין צולייגט, לולקע. פון א סייענטיפישן שטאנדפונקט קען מען זאגן צוויי מהלכים ווי אזוי צו פארשטיין קוואנטום מעקאניקס:
א. עס איז פשוט אונזער איינרעדעניש אז אלעס וואס איז אויסער אונזער פארשטאנד איז "מאדנע" און "אומפארשטענדליך". מען קען דאס צוגלייכן צו ליכט שטראלן, וואס מיר זענען געוואויר געווארן אין ניינצטן יאר הונדערט אז דאס איז בלויז א קליינער טייל פון עלעקטרא מאגנעטיזם שטראלן וואס איז זעעוודיג פאר אונזערע אויגן, אפשר איז אין פארשטאנד אויך אזוי, בלויז א קליינער חלק פון די אוניווערס איז פארשטענדליך פאר אונז קליינע מענטשעלעך. דאס מיינט אבער נאכנישט אז זיי זענען מיסודם אומפארשטענדליך. נאך א ביישפיל קען זיין צו איינעם וואס האט געוואוינט אויף מארס אלע זיינע יארן, און האט זיך אויסגעלערנט צו ליינען ספאניש און דייטש. ווען ער קומט אויף אונזער פלאנעט הערט ער מענטשן רעדן עפעס א מאדנע אומפארשטענדליכע שפראך וואס זיי רופן ענגליש, וואס איז עפעס א מאדנע געמיש פון די צוויי "פארשטענדליכע" געהעריגע שפראכן. און ער מאכט א החלטה אז אויף פלאנעט ערד רעדן די מענטשן א נישט נארמאלע שפראך וואס איז אוממעגליך צו פארשטיין. בערך אזוי קוקן מיר אויס ווען מיר זאגן אז מען קען נישט פארשטיין קוואנטום מעקאניקס וויבאלד א פאטאן קען זיין סיי א פארטיקל און סיי א וועיוו.
ב. טייל סייענטיפישע טעאריעס ווי למשל סטרינג טעאריע זאגן אז מיר ווייסן בלויז א קליין חלק פון דעם בילד, און דער אמת'ער פיקטשער פון די אוניווערס איז נאך באהאלטן פאר אונזערע אויגן און אוממעגליך צו דעטעקטן, דערפאר זעט אלעס אויס מאדנע ווען עס קומט צו די מיקראסקאפישע אביעקטן פון די וועלט. אבער אויב מיר וועלן איין טאג קענען זען וואס ליגט באהאלטן אונטער דעם וועט אלעס ווערן קלאר און ליכטיג.
האדם לא נברא אלא להתענג
פארשפארט