בלאט 1 פון 1

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 9:44 am
דורך קאווע טרינקער
אינטערסאנטע מעשה.
נו, וואס זאגט דר'עולם?

איך קען פארשטיין דעם מוסד וואס וויל אים נישט האלטן למען כבוד שמם (יא, אזויווי א ישיבה), מצד שני, אויב דו האסט אים געהאלטן פאר עטליכע יאר אין אן אינסטיטוציה פאר חולי נפש און דערנאך אים געלאזט פריי, בהכרח אז איר נעמט אן אז דער מענטש איז שוין נישט מסוכן. פארוואס זאל ער נישט מעגן זיין א מלמד?

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 9:53 am
דורך נולד מאוחר
בכלל זיין א מלמד האט נישט מיט זיין פערזענדליך ביהעווער. אזוי ווי א דאקטער וואס רייכערט בשעת ער לערנט אויס ווי שעדליך סאיז צי רייכענן. ועוד זיין גייסטישע דורכגאנג געט עם עקספיערינס אין זיין פיעלד.

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 9:57 am
דורך קאווע טרינקער
אדער א רבי וואס זיצט אויף א שטוהל, משרתים עומדים ממעל לו, פארט אין די נייעסטע קאר, און רעדט פון זיין א "מסתפק במועט".

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 10:06 am
דורך איך אויך
קאוועלע ,שאולי ג. האט אזוי אנגעהויבן ,איך דארף דיך נישט פארציילן ווי עס קען זיך ענדיגן.

קיינער שטערט דיך נישט פון זיך קרוינען אלס אדמו"ר מק"ש ,עס איז א פרי קאנטרי ,נעם דיך ארבייטען און בוי דיך אויף א חצר מיט אלע פערקס.

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 10:22 am
דורך chosen people
איך אויך האט געשריבן:קאוועלע ,שאולי ג. האט אזוי אנגעהויבן ,איך דארף דיך נישט פארציילן ווי עס קען זיך ענדיגן.


אויב איר האלט אז שאולי האט זיך פארעקלט פון אידישקייט וועגן דעס, דעמאלטס גיי זאג עס פאר סקווירא רבי. נישט זאג פאר קאווע טרינקער צו אויכט ווערן א רבי.

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 10:39 am
דורך איך אויך
איך זאג אז שאולי האט אנגעהויבן זייו איצטיגע דרך מיט זיין חוזק ליד 'איך וויל זיין א רבי'

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 10:42 am
דורך קאווע טרינקער
שוין. דער אשכול פארט אפ פון וועג...
סך הכל האב אריינגעברעגט "רביס" כדי לקרב אל השכל א מורה דרך וואס טוט אנדערשט פון וואס ער פרעדיגט. ער רעדט במעלות השלום השלום אבער מיט זיין ברידער טוישט ער נישט קיין ווארט. - - ביסט גערעכט, כ'וואלט געקענט ברענגען אן אנדערע משל.

אדער רב שטיינמאן רעדט פון די גרויסקייט פון א "באטע"... און די צייט וואס ער טוט נישט אזוי, ער אליינס זיצט אין לערענט גמרא.

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 10:44 am
דורך דעת תורה
ווי אויך פלעגט שאולי ג. עסן און טרינקען (כשר'ס) בעפאר ער איז געווארן אזוי. שומר נפשו ירחק מהם!

---

איך געדענק ווי מ'פלעגמיר שטיין און אויסהערן דעם ניגון אויף עפעס א נומער ענליך צו קול מבשר. שאולי איז געווען דער זינגער אויך, אדער נאר דער קאמפאזירער / ליריק'ס שרייבער?

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 11:10 am
דורך יידל
א פראפעסאר איז נישט קיין בעל מחנך, א פראפעסאר דארף קענען אויסלערנען זיין קענטעניס וזהו.

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:46 pm
דורך [NAMELESS]
א שרעקעדיגע מעשה. [tag]יידל[/tag]/ עלטערען וואלטען געמעגט וויסן אזא זאך פאר'ן שיקן זייער קינד צו אזא פראפעסאר

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 2:25 pm
דורך בדחן
ווי אזוי האט שאולי ג. אריינשפאצירט אינעם אשכול? ער איז א קאזין מיט דעם פראפעסער? אדער ער האט אויך געהרג׳ט זיינע עלטערן?

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 3:45 pm
דורך מאיר_וואלף
איך אויך האט געשריבן:קאוועלע ,שאולי ג. האט אזוי אנגעהויבן ,איך דארף דיך נישט פארציילן ווי עס קען זיך ענדיגן.


און וויאזוי האבען די רביס אנגעהויבן, איך דארף דיר נישט פארציילן ווי זיי גייען ענדיגן

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 4:21 pm
דורך איך אויך
בדחן האט געשריבן:ווי אזוי האט שאולי ג. אריינשפאצירט אינעם אשכול? ער איז א קאזין מיט דעם פראפעסער? אדער ער האט אויך געהרג׳ט זיינע עלטערן?

טריי צו נוטצן דיין של ראש ,אויב דו וועסט בשום אופן נישט פארשטיין וועל איך דיר מסביר זיין.

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 4:42 pm
דורך מאיר_וואלף
איך אויך האט געשריבן:טריי צו נוטצן דיין של ראש ,אויב דו וועסט בשום אופן נישט פארשטיין וועל איך דיר מסביר זיין.

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 8:33 pm
דורך יידל
ראשעקאל האט געשריבן:א שרעקעדיגע מעשה. [tag]יידל[/tag]/ עלטערען וואלטען געמעגט וויסן אזא זאך פאר'ן שיקן זייער קינד צו אזא פראפעסאר

גלייב מיר, עלטערן וואלטן געמעגט וויסן נאך צענדליגע זאכן וואס זיי וויסן נישט איבער מלמדים/מנהלים/פראפעסארן/בעלי חינוך/ספעציאליסטן בעפאר זיי שיקן זייער קינד צו אזא מענטש.

ועל זה נסובה תגובתי, דא רעדט מען נישט פון קיין קליינע קינדער וואס מ'דארף מחנך זיין, דא איז די מדובר פון ערוואקסענע מענטשן וואס זיעיר ציל איז צו זיך אויסלערנען א געוויסע חכמה. וואס א נפקה מינא צו דער טיטשער איז רוצח אדער א משוגענער?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 1:51 am
דורך berlbalaguleh
איך אויך האט געשריבן:קאוועלע ,שאולי ג. האט אזוי אנגעהויבן ,איך דארף דיך נישט פארציילן ווי עס קען זיך ענדיגן.

קיינער שטערט דיך נישט פון זיך קרוינען אלס אדמו"ר מק"ש ,עס איז א פרי קאנטרי ,נעם דיך ארבייטען און בוי דיך אויף א חצר מיט אלע פערקס.

וואו 'עט ער נעמען אזויפיל חסידים וואס וועלן איהם נאכלויפן. אזוי ווי יענעם רעבע :?: :!: