יודיש חדר אויפן אינטערנעט

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
אייניקעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

יודיש חדר אויפן אינטערנעט

שליחה דורך אייניקעל »

א פרישע חדר און יודיש האלט זיך אינמיטן פארמירן אויפן אינטערנעט yiddishcheder.com

גענוג איז גענוג
אזוי האבן אויסגעשריגן צענדליגער עלטערן וואס האבן נישט זוכה געווען נושא חן צו זיין אין די אויגן פון די וועד-הנהלה-באהערדע און דערפאר געדארפט אדורכצוגיין שבעה-מדורי-גיהנום שלאפלאזע נעכט, נאסע קישענעס און ארומלויפן אן א קאפ צו קלאפן אויף צענדליגער טירן על לא עול בכפם.מיר ווילן מער נישט זיין אונטערן איינפלוס פון משתלטים על הצבור וואס האבן אראפגעשטעלט זייער ציעל צו בויען מוסדות פאר כבוד און געלט נישט קיין חילוק וויפיל בלוט ווערט דערפאר פארגאסן

אונז וויל מיר בעסער
אזוי האבן אויסגעשריגן צענדליגער עלטערן וואס ווילן אז זייערע קינדער זאלן ארומדרייען מיט א שמייכל פון שמחת החיים דורכגעוויקט מיט אמונה און קדושה שטענדיג, וואס ווילן אז זייערע קינדער זאלן לערנען תורה אזוי ווי חז”ל האבן אונז אויסגעלערנט בן חמש למקרא בן עשר למשנה א.א.וו., אז זייערע קינדער זאלן פארזוכן פון אלע ערליי ידיעות התורה מכל מלמדי השכלתי נישט דוקא איין געוויסע ספר אדער מקצוע וואס איז באשטימט דורך מענטשען מיט אייגענע נגיעות, צו לערנען א פאך און אביסל ידיעות העולם ווי חז”ל זאגן אונז חייב אדם ללמד את בנו אומנות, צו וויסן און פארשטיין פארוואס מיר זענען אראפגעקומען אויף די וועלט און ווי כלל ישראל קומט און גייט, צו נוצן טעכנאלאגיע אין די קלאסן צוצוהעלפן מיטן לערנען נישט אוועקצולויפן פון די מתנות וואס השי”ת איז אונז משפיע

עס האבן זיך צוזאמענגענומען א צאל עלטערן וואס טראכטן און פלאנען צו עפענען א תלמוד תורה על דרך ישראל סבא, באזירט אויפן אינטערנעט, אונטערן הדרכה פון אפאר אויסגעקליבענע תלמידי חכמים וואס זוכן נאר להגדיל תורה לשם שמים ממש, און אנגעפירט דורך געטרייע איבערגעגעבענע מחנכים, די חדר וועט געפירט ווערן דורך די הנהלה צוזאמען מיט די עלטערן, דאס הייסט אז איעדע גרעסערע באשלוס (דרך הלימוד, תקנות, אקטיוויטעטן וכדו’) וועט נאר ווערן באשלאסן צוזאמען דורך א vote פון די עלטערן די הנהלה און מיט די הדרכה פון די משפיעים. ווי אויך גייט פארקומען אפטע צוזאמענקומענס פון אלע עלטערן זיך מחזק זיין און צו שעפן נחת

די חדר באלאנגט נישט צו קיין שום קהילה, חסידות אדער סיי וועלכע אנדערע גרופע, די ציעל איז פשוט אז אונז עלטערן זאלן קענען ריכטיג מקיים זיין די מצות עשה פון ושננתם לבניך בכל פרטיה ודקדוקיה


וואס איז דיין מיינונג וועגן אזא חדר?
1) ווי קען איך איינשרייבן מיינע קינדער?
2) איך קען קוים ווארטן אז דאס זאל זיך עפענען
3) שיינע חלומות דאס גייט זיך קיינמאל נישט אויסארבעטןאויפן אינעטערנעט? רח"ל דאס איז מעשה שטן
4) ווייסעך וואס

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר