בלאט 1 פון 13
רבי ברוך ממונקאטש
נשלח: זונטאג אפריל 22, 2012 2:41 pm
דורך קאווע טרינקער
א פרישע בריוו פון דינוב'ער רבי פון וומ"ס צו קובץ המעין
http://www.shaalvim.co.il/torah/maayan- ... %E8&id=613בענין פעולות ההצלה של הרב ברוך רבינוביץ' זצ"ל, האדמו"ר ממונקטש
למערכת 'המעין' שלו' רב.
הראו לי את תגובתו של ר' אברהם מאיר גלאנצר נרו יאיר שהתפרסמה ב'המעין' ניסן תשע"א (נא, ג) עמ' 91-92, ובה הזכיר איך היתה לאאמו"ר הגאון הצדיק ר' ברוך יהושע ירחמיאל ראבינאוויטש זצ"ל, אב"ד ואדמו"ר מונקאטש, זכות להציל אלפי נפשות בשנות הזעם על ידי פקחותו ומסירות נפשו למען אחינו בני ישראל. כדאי לזכור שהוא היה אז בסך הכל אברך בן 26 שנה, ובגיל צעיר כזה היו לו חכמה ותבונה שרק יחידים בכל לדור זוכים להן.
בשעה שעסק בהצלה היתה אשתו הרבנית אמי הצדקנית חולה מאוד, זיכרה לברכה לחיי העולם הבא, והוא היה מטופל בבנים והיו לו טרדות עצומות, אבל בכל זאת שום דבר לא היה בכוחו לעצור את פעולותיו הכבירות, ויומם ולילה לא נח ולא נתן תנומה לעיניו כל זמן שהיה ביכולתו להציל אפילו נפש אחת מישראל. זכותו תגן עלינו על כל כלל ישראל.
חבל מאוד, כפי שהדגיש הרב גלאנצר, שכותבי ההיסטוריה רק כתבו מעט מזה. הוא בצדקו לא רצה לפרסם את זאת, וכמה פעמים כשביקשתי ממנו שיספר לי פרטי הדברים ענה לי בזה הלשון: דאָס איז מיין פַאס אויף יענע וועלט (=זה הדרכון שלי לעולם הבא), ולא סיפר לי כלום.
אולם מה שכתב הרב גלאנצר שהיתה לו מִשׂרה כמרצה באוניברסיטה של סאן פאולו - זה בהחלט לא נכון. האוניברסיטה הזמינה מפעם לפעם מרצים בתור אורחים באופן ארעי, שהיו מרצים על הרבה נושאים. את אבי זצ"ל הזמינו כמה פעמים לדרוש בפניהם מה זו יהדות אורטודוכסית. נסעתי פעם עמו ללוותו, ההרצאה היתה בעיקר לסטודנטים יהודים שלא ידעו לומר 'שמע ישראל. וכשנסענו הביתה שאלתיו אם הוא חושב שהשומעים יהיו מעתה שומרי שבת, והוא ענה לי שאפילו אחד מהם לא יקבל עליו לשמור את דיני התורה. שאלתיו שוב אם כן מה התועלת מהדרשה, ענה לי, אם לא הייתי דורש והיו רואים יהודי עטור תפילין היו צוחקים ממנו וחושבים שיצא מדעתו, עכשיו שדרשתי לפניהם יהיה להם דרך ארץ לשומרי תורה, וזהו רווח עצום.
ברצוני להוסיף שמה שיודעים המעט על מה שפעל לטובת הכלל זה רק מה שפעל בהיותו בבודפעסט. הריני שולח צילום ממכתב שכתב למושל של סן דומינגו שבאיים הקאריביים, ד"ר טרוזילו, לבקשו בתחנונים שיואיל ליתן רשות למאה וחמישים משפחות יהודיות שגורשו מהונגריה לבוא לארצו. מכתב זה כתב בשנת תרצ"ט, כשהיה דר עדיין במונקאטש.
והנני חותם בכל הכבוד,
יצחק יעקב ראבינאוויטש, אבדק"ק דינוב, ברוקלין
Re: רבי ברוך ממונקאטש
נשלח: מאנטאג אפריל 23, 2012 11:43 am
דורך דולה ומשקה
א דאנק פאר ארויף ברענגען דעם נאמען פון איינע פון די גרויסע מוחות, אדם המושלם מאד, הגה"ק רבי ברוך ראבינאוויטש זצ"ל אבד"ק מונקאטש, פארשטייט איך נישט דעם קעפל פון דעם אשכול סוף סוף נאכען פטירה פון זיין גרויסע שווער בעל מנחת אלעזר זצ"ל איז ער געווארען אויף גענומען אלס אבד"ק מונקאטש ור"מ דישיבת דרכי תשובה.
ליידער ליידער אזא געלונגענער מענטש ידען, למדן, פה מפיק מרגליות, קול ערב ומתוק, וכו', איז געבוירען געווארען אונטער א שווארץ מזל, אדער בעסער געזאגט ס'נהפך געווארען מיט דער פטירה פון זיין גרויסע טאטע, אין פארשטערקערט געווארען דעם טאג וואס ער האט חתונה געהאט, וד"ל. אין אזא בחינה ווי דער ראווע רוסקא ווערענדיק א איידעם אין בעלזא, וד"ל, נאר אויף א אנדערע אופן. דער מזל האט האט איהם נישט גוט געשפילט אין דאס האט גורם געוועהן צו אסאך עגמת נפש און אסאך געביטען אויף פאשידינע פלעצער און אופנים. (זיין שלום-בית מזוו"ר איז געוועהן פראבלעמאטיש זיין האבען זיך שווער פארשטאנען, זייער דיפערענסען בעניני השקפה בחסידות וקנאות איז אסאך מאל געוועהן רחוק כמזרח ממערב)
ס'דא דעם באקאנטען בילד פון איהם מיט רביה"ק רבי יואל טייטלבוים מסאטמאר זצ"ל בעת א מיטינג בשנת תש"ב, ווען ער איז געוועהן קוים א יונגערמאן פין עטליכע דרייסיג יאר.
ס'דא צו באקומען זיינע ספרים 'בינת נבונים', ווי אין דער הקדמה שרייבט ער זיינע מיטמאכענישען בשנות הזעם, אין ברמיזה זיינע הצלה פלענער ווי ער געהאלפען אין פרובירט צו העלפען מיט וואס נאר מעגליך.
בניו האדמו"ר ממונקאט שליט"א ורבי יעקב ראבינאוויטש אב"ד דינאוו ווילימסבורג שליט"א האבען ערשט לעצטנס אנגעהויבען צובילעך רעדן מער איבער זייער פאטער, וואס אין דער פארגאנגעהייט אבען זיי כמעט א שתיקה איבער זיין עקסטענץ.
כ'האב אנגערירט אויף שפיץ גאפל, האפענטליך עוד חזון למועד.
Re: רבי ברוך ממונקאטש
נשלח: מאנטאג אפריל 23, 2012 12:19 pm
דורך קאווע טרינקער
אז דו רעדטס שוין וועגן דעם אסיפה, בין איך דא מעתיק פון מיינע ארכיווען וואס כ'האב געהערט פון א איש זקן
כ'האב עס פארשריבן בקיצור, ע"כ אין הלשון יפה יפה
"מצב החינוך במאמאראש ירדה מאוד בתקופה שלפני השואה. בחורים ובתולות עזבו בית הוריהם ועברו לעיר הבירה פעסט. הם הסתובבו שם בהפקירות. במו עיני ראיתי בחורים ובתולות הולכים יחד ומדברים אידיש יותר יפה ממה שיכלו לדבר אידיש ב-----נמחק {עיר של סבא}------. רק אז נודעתי שיהודים הם.
פעם היה אסיפת רבנים בפעסט, איך להתמודד עם תפוצות הצעירים בפעסט הקלים והרקים. רבי ברוך'ל ממונקאטש הציע שיעלו דמי השחיטה (צריכים היו לשלם להקהילה ולקבל פתק ולהראותו לשוחט שישחוט). ובדמים יתירים אלו ייסדו עבורם ישיבה בפעסט גופא. הרב מסאטמאר דפק על השלחן והתנגד לרעיון בחוששו שהעם יעשו שחיטה לעצמם בגלל עלות דמי השחיטה, על כן הציע שהוא בעצמו יקבץ מעות עבור זה, וכן עשה."
Re: רבי ברוך ממונקאטש
נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 2:08 am
דורך הדד בן בדד
קאווע טרינקער האט געשריבן:אז דו רעדטס שוין וועגן דעם אסיפה, בין איך דא מעתיק פון מיינע ארכיווען וואס כ'האב געהערט פון א איש זקן
כ'האב עס פארשריבן בקיצור, ע"כ אין הלשון יפה יפה
"מצב החינוך במאמאראש ירדה מאוד בתקופה שלפני השואה. בחורים ובתולות עזבו בית הוריהם ועברו לעיר הבירה פעסט. הם הסתובבו שם בהפקירות. במו עיני ראיתי בחורים ובתולות הולכים יחד ומדברים אידיש יותר יפה ממה שיכלו לדבר אידיש ב-----נמחק {עיר של סבא}------. רק אז נודעתי שיהודים הם.
פעם היה אסיפת רבנים בפעסט, איך להתמודד עם תפוצות הצעירים בפעסט הקלים והרקים. רבי ברוך'ל ממונקאטש הציע שיעלו דמי השחיטה (צריכים היו לשלם להקהילה ולקבל פתק ולהראותו לשוחט שישחוט). ובדמים יתירים אלו ייסדו עבורם ישיבה בפעסט גופא. הרב מסאטמאר דפק על השלחן והתנגד לרעיון בחוששו שהעם יעשו שחיטה לעצמם בגלל עלות דמי השחיטה, על כן הציע שהוא בעצמו יקבץ מעות עבור זה, וכן עשה."
איך וויל נישט פארקריכן פונעם נושא פונעם אשכול, אבער באלד עט מען זאגן מדשתקי רבנן... איך מוז דא מוחא זיין אויף דעם הרב מסאטמאר, וואס איז דאס א מין דפיקה על השולחן, מיט אזא וואזשנעם איינפאל אז ער וועט גיין נאך געלט אויף צו מאכן א מוסד פאר אזעלכע שקצים. ביי אונז האט מען אנדערש געוויסט, מען האט געהאט אן אלטן אויסגעפרובטן דרך ווי מען האט די חברה באהאנדלט. מען האט זיי נאכגעשריגן, אנגעשפיגן, געווארפן פאשקעווילן, געטיילט פעטש...
איך האלט אז מען זאל נאך היינט אריבערגיין צום ציון פון דעם הרב מסאטמאר, און אים גיבן א לעקציע אין אידישקייט.
נו, צוריק צו ר' ברוך'ן. איך מיין אז שרייבן אויף אין הגה"ק איז א שיין ביסל איבערגעטריבן. ער איז געווען גאנץ ווייט פון א קדוש, כאטש א גאון איז ער יא געווען און א מורא'דיגער קאפ. א איד האט אמאל געטראפן א כתב יד פון א רב וועלכער האט זיך אפגעשריבן א תורה וועלכע ער האט געהערט פון ר' ברוך'ן, דער איד האט אפגעשיקט א קאפי פון דעם כתב יד פאר ר' ברוך'ן, און אין אפאר טעג האט ער באקומען א בריוו פון אים אויף צוריק, און ער שרייבט אים אז ער האלט יעצט אין זיין ספר שוין אסאך ווייטער דעריבער האט ער דעם זעלבן דבר תורה צוגעשטעלט צו א פסוק אין די תורה ווי ער האלט יעצט, און ער האט אים אפגעשריבן פונקטליך וויאזוי ער האט עס אריינגעטייטשט דארט ווי ער האט יעצט געהאלטן.
ער האט געהאט נאך דריי קינדער, הערשעלע, ער איז ל"ע געווען נישט געזונט, ער איז נפט' געווארן עטליכע יאר צוריק נישט איבערלאזנדיג קינדער, דער נעקסטער קינד איז חיים אלעזר, כ'מיין ער לעבט נאך ער איז א גרויסער ביזנעס מאן, וואוינט ערגעץ אין יוראפ (כ'מיין וויען, אבער נישט זיכער) און עס איז דא נאך א טאכטער (געדענק ווידער נישט די משפחה נאמען)
Re: רבי ברוך ממונקאטש
נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 10:33 am
דורך קאווע טרינקער
איך וויל נישט פארקריכן פונעם נושא פונעם אשכול, אבער באלד עט מען זאגן מדשתקי רבנן... איך מוז דא מוחא זיין אויף דעם הרב מסאטמאר, וואס איז דאס א מין דפיקה על השולחן, מיט אזא וואזשנעם איינפאל אז ער וועט גיין נאך געלט אויף צו מאכן א מוסד פאר אזעלכע שקצים. ביי אונז האט מען אנדערש געוויסט, מען האט געהאט אן אלטן אויסגעפרובטן דרך ווי מען האט די חברה באהאנדלט. מען האט זיי נאכגעשריגן, אנגעשפיגן, געווארפן פאשקעווילן, געטיילט פעטש...
אפשר נאכ'ן קריג, ווען ער איז געווארן נשיא המדינה - אוי, נשיא גאב"ד מרא דארעא דישראל - האט ער ממשיך געווען דרך ירושלים קיין ברוקלין. ואין אתנו יודע עד מה.
Re: רבי ברוך ממונקאטש
נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 11:07 am
דורך שמואל הלוי
איך האב געהערט פון מיין פאטער זז"ג אז קורץ נאך זיין ארויפגיין אין ארץ ישראל האבן מונקאטשער חסידים געוואלט זיין חנוכה ביי זיין ליכט צינדן, ער האט זיי אבער נישט געוואלט אריינלאזן חוץ איין נאכט, און לכבוד זיי האט ער געפראוועט א ליכט צינדן אויפן מונקאטשער נוסח מיטן גאנצן קנאק.
Re: רבי ברוך ממונקאטש
נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 4:26 pm
דורך הדד בן בדד
שמואל הלוי האט געשריבן:איך האב געהערט פון מיין פאטער זז"ג אז קורץ נאך זיין ארויפגיין אין ארץ ישראל האבן מונקאטשער חסידים געוואלט זיין חנוכה ביי זיין ליכט צינדן, ער האט זיי אבער נישט געוואלט אריינלאזן חוץ איין נאכט, און לכבוד זיי האט ער געפראוועט א ליכט צינדן אויפן מונקאטשער נוסח מיטן גאנצן קנאק.
און איך האב אנדערש געהערט פון זקנים וועלכע געדענקען דאס. אז ווען ער איז ארויף קיין ארץ ישראל האט ער דוקא יא געהאפט זיך צוריק צו שטעלן אויף די פוס און ממשיך זיין מיט די מונקאטשער הויף, אבער די דעמאלסדיגע מנהלים פון כולל מונקאטש, וועלכע זענען געזעצן אויף א ריזן פארמעגן, האבן מורא באקומען אז זיי גייען יעצט באקומען א בעה"ב, אנשטאט וואס ביז יעצט זענען זיי געווען בעה"ב, און דעריבער האבן זיי אים מיאוס באשמוצט אין א"י און האבן אים מבאיש ריח געווען ביים המון און ביי די רבנים, אזוי אז זיי האבן פארזיכער זיין דורכפאל ווען ער קומט אן אהין.
Re: רבי ברוך ממונקאטש
נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 4:29 pm
דורך שמואל הלוי
נו ס'איז נישט קיין סתירה, ס'קען נאך אלס זיין אז געוויסע מונקאטשע חסידים האבן געוואלט זיין ביי אים ביי הדלקת הנרות.
Re: רבי ברוך ממונקאטש
נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 11:46 pm
דורך אלדד
אין די פארומס פון בחצרות החסידים און בחצרות חסידים (אן א ה׳) איז באשריבן א געוואלד אודותיו, ס׳איז כדאי ווער עס איז אינטערעסירט אהין צו גיין און כאפן את בליק (מען דארף א אישור כניסה/כתיבה).
Re: רבי ברוך ממונקאטש
נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:06 am
דורך אורח
,
Re: רבי ברוך ממונקאטש
נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 11:04 am
דורך שמואל הלוי
ווער זיצט צווישן אדמו"ר מסאטמאר זי"ע און ר' ברוכ'ל?
Re: רבי ברוך ממונקאטש
נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:51 pm
דורך אורח
ליגט מיר אין קאפ אז דעעש
Re: רבי ברוך ממונקאטש
נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 10:59 pm
דורך הדד בן בדד
אורח, זייער אן אינטערעסאנטער היסטארישער בילד. דו ווייסט אויך ווי דאס איז? און אויך בערך וועלכע יאר?
Re: רבי ברוך ממונקאטש
נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 11:07 pm
דורך שמואל הלוי
אורח האט געשריבן:ליגט מיר אין קאפ אז דעעש
קוקט טאקע אויס ווי א דעעשע צורה.
Re: רבי ברוך ממונקאטש
נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 11:30 pm
דורך אורח
הדד בן בדד האט געשריבן:אורח, זייער אן אינטערעסאנטער היסטארישער בילד. דו ווייסט אויך ווי דאס איז? און אויך בערך וועלכע יאר?
געווען אין די צייטונג עטליכע יאר צוריק, דענק איך נישט קיין פרטים
Re: רבי ברוך ממונקאטש
נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 11:58 pm
דורך אבי גערעדט
אויך געווען אין די וואך אין זייער ספעציעלע פסח ביילאגע, וואס איז באשטאנען פון א קאלעקציע פון היסטארישע בילדער
Re: רבי ברוך ממונקאטש
נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 12:43 am
דורך הדד בן בדד
שמואל הלוי האט געשריבן:אורח האט געשריבן:ליגט מיר אין קאפ אז דעעש
קוקט טאקע אויס ווי א דעעשע צורה.
כמעט זיכער נישט קיין דעעש'ער
Re: רבי ברוך ממונקאטש
נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 9:38 am
דורך שמואל הלוי
נאר ווער?
Re: רבי ברוך ממונקאטש
נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 12:11 pm
דורך קאווע טרינקער
אבי גערעדט האט געשריבן:אויך געווען אין די וואך אין זייער ספעציעלע פסח ביילאגע, וואס איז באשטאנען פון א קאלעקציע פון היסטארישע בילדער
דאן פרעגט משה גאמבא, וואוינט אין וומ"ס,
Re: רבי ברוך ממונקאטש
נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 3:01 am
דורך הדד בן בדד
שמואל, איך ווייס נישט ווער יא, אבער די דעעש'ער פנים'ער קען איך גוט. דער איז כמעט זיכער נישט איינער פון זיי
Re: רבי ברוך ממונקאטש
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 10:45 pm
דורך קרעמער1
הדד בן בדד האט געשריבן:אורח, זייער אן אינטערעסאנטער היסטארישער בילד. דו ווייסט אויך ווי דאס איז? און אויך בערך וועלכע יאר?
דאס איז ביי א אסיפה אין פעסט במשך די מלחמה יארן
קוק אויבן
Re: רבי ברוך ממונקאטש
נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 2:07 pm
דורך שמואל הלוי
נאך א בילד פון ר' ברוך

Re: רבי ברוך ממונקאטש
נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 2:15 pm
דורך שמואל הלוי
נאך (קרעדיט: טאטי זיסער פון בחצרות)
