א דערציילונג פון א אידישע טראק דרייווער

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8035 מאל

א דערציילונג פון א אידישע טראק דרייווער

שליחה דורך קאווע טרינקער »

די געשיכטע האט זיך אנגעהויבן אין א קאלטע ווינטער נאכט, ווען דער דרייווער פון דער טראק האט געפארקט אין א רואיג ווינקל. די מיטווייזענדע האבן צום ערשט נישט געוואוסט וואס האט געפירט דעם דרייווער צו פארקען זיין טראק דווקא אין דעם ווינקעל, אבער עטליכע שעה שפעטער איז דער סיבה אנדעקט געווארן. - צו פארשטיין וואס דא האט פאסירט דארפען מיר צוריקגיין צו זעהן וואס האט פאסירט א שבת פארדעם אין א געוויסע, היפש באקאנטע, בית המדרש, וואו ס'האט זיך אפגעשפילט א מאדענע געשעהניש ביי שלש-סעודות. די באזוכער אינעם ווינקעל האבן געהערט שמועות פורחות איבער וואס איז דארט פארגעגאנגען, און דער דרייווער, וואס איז געווען דארט בשעת מעשה, איז געקומען דערציילען "גופא דעובדא". ווי נאר די פארברענגער אינעם ווינקעל האבן געטאפט דעם דרייווער אין געזעהן אז ער קומט יענעם בית המדרש, און וואוסענדיג אז דארט גייט פאר א העפטיגע ראבעריי, האבן זיי אים - פון נייגער אויס - אויסגעפרעגט אלעס ארום דעם היציגע קאמף. און אזוי איז דורך א לאנגע תקופה, 39 שיעורים האט דער דרייווער געגעבן אין דעם נושא.
מיט די צייט איז דער דרייווער געווארן באליבט ביים עולם, ווען אין יעדע נושא וואס די שמועסערס האבן ארויפגעברעגנט, האט דער דרייווער געהאט א קלארע מיינונג. צו אין געזעלשאפט, תורה, אידישקייט, קונסט, חסידות און שלום בית. ס'איז געגאנגען אזוי ווייט, אז די פארברענגערס ביים ווינקעל האבן זיך אנגעהויבן אדורך צו רעדן מיט אים צווישען פיר אויגן, אזוי אז דער דרייווער איז געווארן זייער פארנומען און מער נישט געקענט אנהאלטן זיינע רייכע שיעורים.

המשך יבוא? דער עולם ווארט.
Under influence

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר