בלאט 1 פון 2
טורבאן vs בענדענע
נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 2:47 pm
דורך שאולדיספריםפאקער
עס איז שוין א שטיק צייט וואס איך מוטשע מיך ארום מיט די נושא איך פרוביר עס אויסצופיגערן אפשר מיט די הילף פונעם ציבור וועל איך מיט עפעס ארויסקומען כאטשיק נישט אויף צו ווערן מער צומישט לעצטענס אפשר נישט ממש לעצטענס האט זיך אריינגעריקט ביי די היימישער עולם א נייע אזויגעריפענע מאדע (בלעז style) בענדענעס און דאס איז די אורזאך אויף מיין צומישעניש 1פון ווי קומט דאס ווער האט דאס אריינגעברענגט דא 2 פארוואס הייסט א בענדענע מער מאדערן אפשר ווייל עס איז לענגער ניין דאס וואלט געדארפט זיין א סיבה לפרומקייט. 3 פארוואס זעהט מען אז עס איז דא פרויען וואס מיט זייערע טורבאנס פלעגט מען זיי קיינמאל נישט טרעפן ווארטן ביי די באס פאר די קינדער אדער אראפ לויפן און גראסערי און מיטן בענדענע טרעפט מען זי יא 4 וואס ברענגט מער ארויס די שיינקייט פונעם פרוי .......... ביטע פרובירט אויסצושמיסן די זאך
נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 2:50 pm
דורך זר זהב
די בענדענע איז ממש א ישועה, די פרויען וואס טראגן עס ווייסן נישט ווי אומ-אטראקטיוו זיי מאכן זיך פאר פרעמדע מענער. נאר אשאד אז זיי האבן דאס נישט אינזין, זיי וואלטן כאטש באקומען שכר אויף יענע וועלט.
נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 3:42 pm
דורך קינות גירושין
לענ״ד איז דאס זייער שיין און אטרעקטיוו, א געשמאק צו זעהן אידישע ווייבלעך אזוי שיין אנגעטון
נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 3:43 pm
דורך קאווע טרינקער
שוין, האסטו, שאולדיספרים***ער, יעדער האט זיין טעיסט.
נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 3:58 pm
דורך נולד מאוחר
וואס טוט זיך מיט משנה לבוש מסורה?
סאיז אן ארונים זאלוינים אישא? וואס עפעס צימעס
נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 7:30 pm
דורך I'm back
איך האב דיר געלייקט נאך איידער איך האב אנגעהויבן ליינען, פשוט פאר די איידיע...
נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 4:23 pm
דורך נהורא נפישא
מסורה? קבלת אבות? אל תטוש? ווי אזוי איז רחל אמנו געגאנגען מיט א טורבאן אדער א באנאנע קאן איינער ווי געפונען ערגעצוואו אין רמב''ן עה''ת וואס איז דאס א צעיף א שלייער אפשר כהאב שטארק מורא אז זי האט רח''ל זיך נישט געשוירן
נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 4:35 pm
דורך chosen people
מיך באדערט שוין א לאנגע צייט, וואס איז די חילוק פון א באנדערע פון א שפיצעל? ב''ה מיין ווייב גייט נישט מיט דעם. איך פרעג מיינע שוועסטערס, פארוואס מיט א שפיצל אדער אפגעבונדען וואלסטו קיינמאל נישט געגאנגן און דעס ביסטו פראוד צו גיין דערמיט, אבער נישט דא קיין ענטפער.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 5:06 pm
דורך גלות יוד
א באנדענע איז פשוט אסאך באקוועמער מיין ווייב קענמער נישט אונטין א טורבאן
נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 5:06 pm
דורך זר זהב
און דו קענסט מער נישט טון די מצוה...
נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 5:11 pm
דורך יידל
קאווע טרינקער האט געשריבן:שוין, האסטו, שאולדיספרים***ער, יעדער האט זיין טעיסט.
Once seen, it can't be unseen
נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 5:15 pm
דורך שמעקעדיג
על טעם וריח. בשעת איך עקל מיך פון א בענדענע, האב איך משפחה מיטגלידער וואס זאגן אז עס איז זייער שיין, און איינער פון זיי גלייכט נישט קיין טורבאן.
אבער צו זאגן אויף א באנדאנא אז דאס איז אוועקגענייגט ממסורת אבות? ווי אלט איז בכלל א טורבאן אז דאס איז געווארן די מסורה?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 5:18 pm
דורך שאולדיספריםפאקער
Chosen people הייסט די זאגסט אז א טורבאן ענדעלט מער צו א שייטל ???
נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 5:20 pm
דורך שמעקעדיג
עס ענדלט די ווייניגסטע לענ"ד.
די עקלדיגקייט דערפטו איז אז עס קוקט אויס ווי די פרוי גייט מיט א הוילן קאפ, אנשטאט א שיינעם הויכן קרוין וואס א שייטל/שפיצל/טורבאן לייגט צו.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 5:38 pm
דורך נהורא נפישא
סאיז א בפירוש'ע משנה נשים יוצאות רעולות פרופות וכו'
נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 5:51 pm
דורך ברסלבער
לכאורה איז די איינציגסטע שיינקייט דערפון אז עס איז "אין סטייל", אויסער דעם כאפ איך בכלל נישט די שיינקייט. און אזוי ווי זר זהב
זאגט, האט עס מיר אסאך געהאלפן אין קאנטרי צו שמירת עינים.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 5:52 pm
דורך געפילטע פיש
יידל האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:שוין, האסטו, שאולדיספרים***ער, יעדער האט זיין טעיסט.
Once seen, it can't be unseen
דו רעדסט פונעם באנאנע אדער פון שאולדיספרים***ער?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 6:17 pm
דורך MickyMouse
אממ. לויט ווי איך האב פארשטאנען ביז היינט, קען זיין איך בין ראנג, די בענדענע איז געמאכט צי קענען בעסער האלטן די האר, פאר די וואס שערן זיך נישט. אגב איז עס באקוועמער פאר אנדערע אויך.
אדער פארקערט, עס איז באקוועמער, אגב האלט זיך בעסער די האר.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 6:32 pm
דורך שאולדיספריםפאקער
איך מיין טאקע אז ביסט ראנג ווייל דאס וואס איז געמאכט צו האלטן די האר הייסט א סנאד, א בענדענע איז גאנץ א באזונדערע זאך
נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 7:03 pm
דורך MickyMouse
אסאך היימישע וואס דארפען זיך ווען שערן האבן נישט געפילט קאמפארטעבל גיין מיט א סנאאד אבער קענען גיין מיט א בענדענע.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 9:43 pm
דורך קאווע טרינקער
MickyMouse האט געשריבן:אסאך היימישע וואס דארפען זיך ווען שערן האבן נישט געפילט קאמפארטעבל גיין מיט א סנאאד אבער קענען גיין מיט א בענדענע.
אוי וויי! ס'איז דאך אסור!
נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 12:15 am
דורך אליצפן
לענ''ד העשירה איז א באנדאנע גאר א מיאוסע'ר זאך, און ווען עס קומט ווען ארויס בימי חז''ל וואלט מען עס זיכער געאסר'ט ווייל ס'איז מנוול דעם פרוי בעיני בעלה.
איינע פון מיינע שוועסטערס וואס איז גאנץ צום אנקוקן, האט לעצטנס אריבערגעטוישט פון א טורבאן צו א באנדאנע, און די תוצאות זענען פילפאכיג וד''ל. איך האף נאר אז איר מאן האט עס ליב ווייל טאמער נישט וועט זי לכאורה קיין קינדער מער נישט האבן היל''ת ה''י
נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 12:16 am
דורך זר זהב