בלאט 1 פון 3

מענטשען וואס כ'האב קיינמאל נישט געהערט פון

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 5:02 pm
דורך קאווע טרינקער
אין גייסט פון דעם אשכול זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט עפען איך דעם אשכול איבער אנשי שם וואס כ'האב קיינמאל נישט געהערט פון.

למשל היינט בין איך געוואויר געווארן פון רביצין Lori Palatnik, כ'האב אויסגעהערט עטליכע קליפס. גאנץ געשמאק.
איר BIO אין וויקי פארמאגט שיינע מעלות.

אויב איינער וויל שרייבען דא מער איבער איר, וואלט איך הנאה געהאט.

א שיעור "falling in love staying in love"

נאך שיעורים http://www.aish.com/authors/48865532.html

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 11:43 pm
דורך קאווע טרינקער
עילי אבדני.

אזא שיינע שטימע.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 11:57 pm
דורך געפילטע פיש
קאווע טרינקער האט געשריבן:א שיעור "falling in love staying in love"

ס'געפעלט מיר וואס זי זאגט, אז זי האט א ראי' צו תורה מן השמים, ווייל מענער וואלטן קיינמאל נישט אריינגעשריבן הלכות נדה אין די תורה...

נשלח: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 12:56 am
דורך אליצפן
געפילטע פיש האט געשריבן:ס'געפעלט מיר וואס זי זאגט, אז זי האט א ראי' צו תורה מן השמים, ווייל מענער וואלטן קיינמאל נישט אריינגעשריבן הלכות נדה אין די תורה...

:lol: :D :lol:
געוואלדיג גוט געזאגט!!!
דאס איז איינער פון די שטערקסטער הוכחות אז תורה מן השמים היא וואס כ'האב נאר אמאל געהערט!

נשלח: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 1:10 am
דורך גנדי
קאווע טרינקער האט געשריבן:אין גייסט פון דעם אשכול זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט עפען איך דעם אשכול איבער אנשי שם וואס כ'האב קיינמאל נישט געהערט פון.

למשל היינט בין איך געוואויר געווארן פון רביצין Lori Palatnik, כ'האב אויסגעהערט עטליכע קליפס. גאנץ געשמאק.
איר BIO אין וויקי פארמאגט שיינע מעלות.

אויב איינער וויל שרייבען דא מער איבער איר, וואלט איך הנאה געהאט.

א שיעור "falling in love staying in love"

נאך שיעורים http://www.aish.com/authors/48865532.html


יישר כח פארן אריינלייגן. קיינמאל נישט געהערט פון איר. זי רעדט מוראדיג גוט.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 5:55 am
דורך לעיקוואד
אליצפן האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:ס'געפעלט מיר וואס זי זאגט, אז זי האט א ראי' צו תורה מן השמים, ווייל מענער וואלטן קיינמאל נישט אריינגעשריבן הלכות נדה אין די תורה...

:lol: :D :lol:
געוואלדיג גוט געזאגט!!!
דאס איז איינער פון די שטערקסטער הוכחות אז תורה מן השמים היא וואס כ'האב נאר אמאל געהערט!


איך האב א הוכחה אז די אמעריקאנער געזעץ איז מן השמים, ווייל קיין שום נארמאלער מענטש, זכר צו נקבה, וואלט נישט אריינגעשריבען דארט אן איסור אויף אזא געשמאקע זאך ווי מאריחוואנא.

נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 3:37 am
דורך טעפל
לעיקוואד האטס עס אמאהל פראבירט אז דו רעדסט?

נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 4:56 am
דורך אליצפן
לעיקוואד האט געשריבן:איך האב א הוכחה אז די אמעריקאנער געזעץ איז מן השמים, ווייל קיין שום נארמאלער מענטש, זכר צו נקבה, וואלט נישט אריינגעשריבען דארט אן איסור אויף אזא געשמאקע זאך ווי מאריחוואנא.

די חילוק איז פשוט, די אמעריקאנער געזעץ זאגט טאקע אז ס'איז אסור, און ס'דא מיליאנען געזעץ איפארסירער, און מיט דעם אלעם נוצן קרוב צו הונדערט מיליאן אמעריקאנער מאריכואנא.
משא''כ. לגבי הלכות נדה וואס קיין שום שותו''מ און אפילו גאר אסאך פרייער וועלן זיך נישט וואגן עובר צו זיין אויף דעם.

נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 8:20 am
דורך איחוד פעלד
אין קאראן איז דא שווערערע הלכות פין די תורה להבדיל, און דאס גיט נישט צו צום ריכטיקייט פין דער זאך כמובן, ווייל דער מחוקק איז נישט געוועהן משועבד צו זיינע אייגינע הלכות, והו הדין כאן.

ועוד יש לטעון, אפשר האט גאר א פרוי געשריבען די תורה, ווי געוויסע וויסענשאפטליכע האלטען.

אבער פאר א ווערטעל איז עס גראדע גוט.

נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 1:44 pm
דורך נולד מאוחר
לעיקוואד האט געשריבן:
אליצפן האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:ס'געפעלט מיר וואס זי זאגט, אז זי האט א ראי' צו תורה מן השמים, ווייל מענער וואלטן קיינמאל נישט אריינגעשריבן הלכות נדה אין די תורה...

:lol: :D :lol:
געוואלדיג גוט געזאגט!!!
דאס איז איינער פון די שטערקסטער הוכחות אז תורה מן השמים היא וואס כ'האב נאר אמאל געהערט!


איך האב א הוכחה אז די אמעריקאנער געזעץ איז מן השמים, ווייל קיין שום נארמאלער מענטש, זכר צו נקבה, וואלט נישט אריינגעשריבען דארט אן איסור אויף אזא געשמאקע זאך ווי מאריחוואנא.

מאריחוואנא מיינט מען דאך אז סאיז שעדליך. אודאי וואלט אחריות'דיגע מענטשען געמאכט זאלכע תקנות. משא''כ נדה.

נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 1:56 pm
דורך לעיקוואד
פאלט דיר נישט איין אז אמאל האט מען געמיינט (אפשר היינט אויך) אז נדה איז שעדליך?

נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 2:08 pm
דורך נולד מאוחר
אלץ וואס בלוט אדער רוחות?

נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 4:06 pm
דורך לעיקוואד
כ'ווייס נישט פונקט פארוואס, ס'געווען אזא טאבו צווואס, דער רמב"ן ברענגט אז אזוי פלעגן זיך פירען אפילו די גוים בזמן המקרא זיך מרחיק זיין פון א נדה גאר שטארק.

נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 6:42 pm
דורך הוגה
כ'געדענק נישט אויב ס'שטייט שוין ערגעץ אין ק"ש, אבער די שומרונים פירן זיך נאך אזוי בימינו.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:06 am
דורך רויטע וואנצעס
שוין געוואטשט מיט די בני בית צענליגע דרשות פון איר. זי איז פון די הויפט מארקעטערס פארן ארגענעזאציע אש. איר מאן איז א בעל תשובה אין א רב היינט צוטאגס. א שאד זי קומט נישט רעדן ביי אונז אין בית מדרש, אז רחי פרייער קען געבן דרשות פאר היימישע יונגעלייט קען זי אויך.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 10:19 am
דורך דעת תורה
הוגה האט געשריבן:כ'געדענק נישט אויב ס'שטייט שוין ערגעץ אין ק"ש, אבער די שומרונים פירן זיך נאך אזוי בימינו.


מסתמא אלס שמירת התורה.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 8:15 am
דורך boxcover
לעיקוואד האט געשריבן:פאלט דיר נישט איין אז אמאל האט מען געמיינט (אפשר היינט אויך) אז נדה איז שעדליך?

דו ווייסט נישט אויב א נדה איז שעדליך?! פראביר צו כאפן א שמועס מיט איינס, און דאן רעפארט צוריק אהער.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 9:16 pm
דורך בדחן
אין צימעס ביי די בית שמש אשכול זע איך אסאך ארום רעדן איבער הגה״צ חזקי׳ סנדר ענגלענדער שליט״א

קיינמאל נישט געהערט פון אים, ווי אלט איז ער? וועמענס זון? א משפיע? א מקובל?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 9:48 pm
דורך קאווע טרינקער
ער איז א ליטוואק, עלטערע איד, עוסק אין קבלה, שטארק אריינגעטוהן אין עניני קדושה וטהרה און מקוה וכו'.
ער קומט גאנץ אפט קיין חו"ל, שטייט איין אין ב"פ אויף 49/15.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 10:22 pm
דורך DotCom
ווער איז די רביצין אסתר יונגרייז? געוואטשט עטליכע קליפס פון איר זי רעדט זייער גוט.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=AdKR9rX7ilk[/youtube]

נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 10:23 pm
דורך קאווע טרינקער
זייער א באקאנטע רעדנער/משפיע
זי האט אויך געשריבן א בוך "החיים הם נסיון".

נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 10:26 pm
דורך DotCom
זי לעבט נאך? וואו וואוינט זי? ווער זענען אירע חסידים/מתנגדים?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 10:28 pm
דורך קאווע טרינקער
DotCom האט געשריבן:זי לעבט נאך?

יא. מ'זעהט איר נאמען כסדר אויף די ליסטע פון בעלי דרשנות.

פון וויקיפעדיע

רעביצן אסתר יונגרייז (געב' סעגעד ה'תרצ"ו) איז זייער אקטיוו צוריקצוברענגן אידישע קינדער צו אידישקייט.

זי שטאמט פון א רבנישער משפחה און איר מאן האט געהאט א שול, איר ארגאניזאציע און צענטער אין מאה שערים הננו געט צועסן פאר ארימע היימלאזער מענער און לערנט מיט זיי תורה.

פרעזידענט בוש האט איר געקרוינט צו זיצן אויף די פארשטאנד פון האלאקאסט מוזיי זייענדיג זעלבסט אן איבערלעבער און אקטיוו צו הייבן די מאראל פון פאלק שוין יארן כדי דאס זאל זיך נישט איבערחזרן.

זי קומט זיך צוזאם יעדן דארנערשטאג נאכט אין די וועסט סייד אין קהל עדת ישורון, מאכן שידוכים פאר די מאדערן ארטאדאקס וואס זי זעט אין דעם שידוכים פראבלעם די גרעסטע צרה סיי ברוחניות און סיי בגשמיות.