בלאט 1 פון 3

דורכברוך: גאנץ-יאר ישוב סאטמאר מהר"א אין קעטסקילס אנאנסירט

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 7:47 pm
דורך אבי גערעדט
באקומען אין אישי:

ר' חיים הערש שווארץ האט איצט אנואנסט ביים חנוכת הבית פינעם לאנטש רום אין איחוד קאנטרי, אז ס'גייט ארויסקימען בקרוב די פלענער פין אפאר הונדערט הייזער פאר א ישוב א גאנץ יאר אויף דעם לאט וואס מהאט אפגעקויפט נעבן איחוד, מיט די הילף פין ר' אברהם שמואל גראס

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 7:51 pm
דורך קאווע טרינקער
אדרבה!

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 7:54 pm
דורך זר זהב
ס'נאריש צו גיין וואוינען אין די קעטסקילס א גאנץ יאר. די וועטער איז נישט גוט און מ'איז ווייט פון גוטע שפיטעלער. נאו נאו

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 7:56 pm
דורך קאווע טרינקער
אט אזוי האבן די מחרחרי ריב פראבירט אונטערצורייסן דעם נייעם ישוב קרית יואל, אין די לך לך יארן, ולא עלתה בידם. בך בטחו וכו',

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 7:58 pm
דורך גאלד
ליסען, אז מ'וואוינט מיט הרחבת הדעת און ווייניגער סטרעס דארף מען נישט אזויפיל שפיטעלער

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 7:59 pm
דורך זר זהב
פארגלייך נישט קר"י צו די קעטסקילס ביטע. קר"י איז א שפאן אוועק פון גוטע שפיטעלער אין וועסטשסעטער קאונטי און די וועטער איז דארט גאנץ גוט, און בכלל ביזטע נישט אזוי ווייט אין קר"י פון גרעסערע סיטיס.

ליין דא מער וועגן די דענדזשער פון וואוינען אין רורעל פלעצער אזוי ווי די קעטסקילס. א פרישע סטאדי

http://www.medicalnewstoday.com/articles/263826.php

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 8:04 pm
דורך גאלד
קעטסקילס הייסט נישט עכט רורל,

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 8:07 pm
דורך פיינע קאווע
געוואלדיג. זייער עבר איז א סימבאל פון הרחבת גבולי קדושה עד להפליא.
עס איז צום האפן אז פונקט ווי ביז איצט האט איחוד געהאט א אויסערגעוויינליכע סייעתא דשמיא. וועלן זיי דא אויך זיין די נחשונים ארויסצוטראגן כאטש אפאר הינדערט אינגעלייט וואס פלאגען זיך מיט הויכע רענטס אין וויליאמסבורג.

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 8:08 pm
דורך זר זהב
גאלד האט געשריבן:קעטסקילס הייסט נישט עכט רורל,

Water Surges Into Rural Villages in Catskills

http://www.wnyc.org/articles/wnyc-news/ ... catskills/

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 8:09 pm
דורך זר זהב
ru·ral
Adjective
In, relating to, or characteristic of the countryside rather than the town: "remote rural areas".
Synonyms
country - countrified - village

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 8:15 pm
דורך פיינע קאווע
מענין לענין האט סאטמאר אין בני ברק באקומען אסאך געלט פאר פרישע בנינים פון צוויי חשובע נדבנים. מאנדעל און א צווייטער עושר פון לאנדאן. כן ירבה וכן יפרוץ
פאר אלע אוהבים פון סאטמאר איז דאס זייער דערפרייענד. און פארשטייט זיך די פיינט שפרינגען שוין מיט האס ווי שלעכט עס איז פאר אונז. פלוצלינג באדערט זיי פשוט אונזער געזינט.

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 8:17 pm
דורך גאלד
שכוח, כ'מיין די סארט רורל, וואו דער נענטסטער שכן וואוינט א מייל אוועק, און מ'שלאפט מיט א ביקס אונטערן קישן, גיי אביסל ארויפציר און אפסטעיט ניו יארק וועסטו וויסן וואס איך מיין, קעטסקילס איז ווייט נישט דאס, ס'איז אנגעפילט מיט קאנדענסט שטעטלעך איבעראל, ס'האט אסאך גרויסע מיוניספעליטיס און סערוויסעס, איך האלט אז דאס איז דער נאטורליכער פלאץ ווי פרומע אידן גייען ציביסל זיך ארויפציען, בעיקר ווייל מ'האט שוין דארט א איינגעגלידערטע סיסטעם אויפן זומער,

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 8:19 pm
דורך זר זהב
אקעי כ'הער

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 8:19 pm
דורך אבי גערעדט
א תגובה וואס כ'האב געשריבן ביי די באבוב בר מצוה אשכול

אבי גערעדט האט געשריבן:איך זעה דא עפעס אנדערש חוץ די בר מצוה, איך זעה דא א שיינע פראכטיגע בנין אין הארץ פון די קעטסקילס, און אגב האט מען אין זעלבן נאכט פון די גרויסע בר מצוה באנייט א הערליכע שוהל און תלמוד תורה און ברך משה קאנטרי.

רבותי אשר לעווין איז הייליג גערעכט, אין זיין עדיטאריעל און שטערן די חודש, אז די קעטסקילס שטייט גרייט אויפצונעמען דעם שטאטישן ציבור, מיט א גרייטע מעכטיגע מאלטי מיליאן דאלאר היימישע אינפראסטשראקטור, טא וואס ווארט מען?

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 8:24 pm
דורך גאלד
ס'איז זייער שווער צו אנהויבן א געגנט פון סקרעטש, מיט אלע אינפרעסטראקטשערס און עמעניטיס, אפגערעדט א געגנט פאר פרומע חסידישע אידן, איין קעטסקילס, וואס האט שוין א שטיקל סיסטעם, מ'וואוינט דארט אין די זימער שוין 60 יאר, טויזנטער מענטשן האבן דארט ווינטערייזט הייזער (טאקע מער פארמעגליכע), ס'איז אין ניו יארק נישט מער ווי 2 שעה אוועק פון די סיטי, 3/4 שעה פון מאנרא, איז דאס די מערסטע שכל'דיגע פלאץ ווי מ'קען מצליח זיין

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 8:24 pm
דורך זר זהב
מער שכל'דיג איז לעיקוואוד

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 8:26 pm
דורך גאלד
לעיקוואד איז איין געגנט, קעטסקילס איז א גאנצע וועלט,

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 8:27 pm
דורך קאווע טרינקער
זר זהב האט געשריבן:מער שכל'דיג איז לעיקוואוד

דער ניק? יא.
דער מקום? שכל? וואו זעהסטעס?

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 8:48 pm
דורך אבי גערעדט
זר זהב האט געשריבן:מער שכל'דיג איז לעיקוואוד



פאר ווער ס'ווייסט נישט, די זאליס פלאנען א ישוב אין לעיקוואוד, אויטאמאטיש איז לעיקוואוד נארמאל און קעטסקילס נישט. וואטס סא פאני

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 8:49 pm
דורך זר זהב
דאס איז נייעס פאר מיר. זעהט אויס אז כ'בין טאקע נישט קיין זאלי. ווייל איך הער עס יעצט די ערשטע מאל פון דיר

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 9:11 pm
דורך בדחן
אבי גערעדט האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:מער שכל'דיג איז לעיקוואוד
פאר ווער ס'ווייסט נישט, די זאליס פלאנען א ישוב אין לעיקוואוד, אויטאמאטיש איז לעיקוואוד נארמאל און קעטסקילס נישט. וואטס סא פאני


פארוואס סתם פירקלען? ער האט למעשה ארויסגעברענגט שכל׳דיגע פוינטס, און פאר אסאך גייט עס טאקע באדערען און זיי וועלן דערפאר נישט אהין גיין, אנדערע וועט נישט אנגיין די פרטים,

איך זע נישט אז מיר האבן דא אינעם אשכול א ארוני/זאלי אישו.

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 9:12 pm
דורך אוי_וויי
לויט מיין ארימע מיינונג
פון די אלע אלע חלומות שטעט וואס מ'האט שוין גערעדט און די פארגאגענהייט
האט דאס די מערסטע טשאנסעס מצליח צו זיין ווייל:

1) זיי האבן שוין סיי ווי א ריזיגע ווינטערייזד בית המדרש מיט שטובלעך און א מקוה
2) מקוה טהרה
3) ווינטערייזד תלמוד תורה
4) א גרויסע גראסערי
5) לאנזש רום - שמחה זאל

בקיצור זיי האבן שוין אלעס מדארף נישט אריינלייגן קיין איין "פעני" אויסער פאר די דירות אליינס

די אלע שטעט וואס מ'האט גערעדט ביז יעצט האט מען אויסער די דירות געדארפט אריינלייגן א שיינע פאר מיליאן דאלער פאר די אויבענדערמאנט זאכן

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 9:39 pm
דורך חזקיהו המלך
די עיקר טשאלענדזש איז לכאורה די אישו פין פרנסות,