בלאט 1 פון 3
נייע גדרים וסייגים לטובת הכלל
נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 7:47 pm
דורך הוגה
[justify]עס איז שוין געשמועסט געווארן מערערע מאל אין קאווע שטיבל איבער די פאקט אז די וועלט - 'אונזער' וועלט ווערט פרומער און פרומער. אין לך יום שאין פרומערתו מרובה מחברתה. יעדער פרובירט איבער-צו-פרומען דעם אנדערע. א רבי'ס גרויסקייט ווערט געמאסטן לויט די פרומענישן. אן אויסגאבע מוז זיין עטוואס פרומער ווי די אנדערע כדי מען זאל עס קענען לעגיטימיזירן. מוסדות וואס נעמען נישט אן די מערסטע פרומענישן קען לייגן א גרויסע שלאס אויפן טיר. א שול מוז אדאפטירן כל פרומיניש וכל זב. מוז? זיי מיינען אז זיי מוזן.
נאכן מאכן א חשבון הנפש איבער אלע פרומענישן וואס זענען נולד געווארן אין די לעצטע פאר יאר קען זיך דאכטען אז לא הניחו לנו מקום להתגדר. דאס איז אן ערענסטע פראבלעם. וואס פארע גדרים און פרומענישן קענען מיר נאך אויפטון?
וכבר אמר החכם אז די צוויי גרעסטע פראבלעמען און שוועריקייטן וואס אונזער דור שטייט פאר איז, 1)ווי שווער עס וועט זיין צו טרעפן אן אוועיליבעל טוויטער האנטל, 2)און צו טרעפן א נייע חומרא.
אשר על כן, ותשועה ברוב יועץ. די עולם ווערט געבעטן צו שרייבן דא עני פרומעניש, חומרא וגדר וואס איז נאך נישט איינגעפירט דערווייל כדי די עסקנים ומזכי הרבים זאלן קענען גרינג טרעפן און איינפירן. ובזה החלי:
א מחיצה צווישן די בלויע און פינקע פארק אין קרית יואל.
אפגעטיילט באזונדערע גראסעריס עקסטער פאר מענער, פרויען און קינדער.
מען זאל נאר מעגן נוצן טעיפס און רעקארדס, נישט ח"ו די נייע טעכנעלאגיע פון סי די רח"ל, וואס האט שוין צוגעברענגט צו כמה וכמה מכשולות היל"ת, כיליו"ח.
מען זאל נישט מעגן זאגן קיין שום ווארט וואס איז לשון נקבה, דאס ברענגט דאך צו צו הרהורים. למשל אנשטאט שלא עשני אשה זאל מען זאגן שלא עשני איש.
אויך זאלן מענער מער נישט רופן די ווייבער 'הערנאר' אדער 'מאמי' ווייל עס איז א לשון חיבה מיט וואס מענער רופן זייער ווייבער.
ביים געבורט זאל מען באלד אנטון א מיידל בעיבי מיט פאלם שרימפ און א קלייד, און נישט ח"ו די אומ'צניעות'דיגע סטרעטשיס רח"ל, וואס האט שוין גורם געווען אזויפיל מחלות.
נו, זייט ממשיך...[/justify]
נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 7:50 pm
דורך קאווע טרינקער
פראבירן אויף אלע פראנטען נאר צו מזריע זיין בנין דיכרין, אזוי וועט דער ס"מ נישט האבן קיין שליט"א...
נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 7:51 pm
דורך קינות גירושין
נישט שרייבען און ליינען ק״ש
נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 7:52 pm
דורך I'm back
קינות גירושין האט געשריבן:נישט שרייבען און ליינען ק״ש
דאס איז נישט קיין נייע תקנה.
נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 7:53 pm
דורך קאווע טרינקער
I'm back האט געשריבן:קינות גירושין האט געשריבן:נישט שרייבען און ליינען ק״ש
דאס איז נישט קיין נייע תקנה.
נאך אין די משנה צייטן. "הקורא ק"ש.... לא יצא."
נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 8:22 pm
דורך יידל
איינפירן "מענער" און "פרויען" זייטן אויף די גאסן פון וויליאמסבורג און בארא פארק.
איינפירן באזונדערע איינקויף שעות פאר פרויען און מענער אין גראסערי.
איינפירן באזונדערע זמנים אנצוקומען צו א חתונה פאר מענער און באזונדערע זמנים פאר פרויען ("פרויען זאלן קומען פון 8 ביז 8:30 און מענער פון 8:40 ביז 9:10").
טיילן "שמירת עינים" געלעזער ביים אריינגאנג צום מקוה.
אסר'ן צו נוצן טעלעפאנען בכלל.
אסרן צו עסן סיי וואספארא פרוכט און וועדזטעבל וואס קומט נישט פון א קאמפעני מיט א השגחה.
מחייב זיין צו אינסטאלירן גאז און וואסער אינדערהיים נאר דורך א פלאמער/עלעקטארישאן וואס האט א הכשר פון רבנים (כדי נישט נכשל צו ווערן אין כל מיני חששות, ווי חילול שבת אדער ווערים אין די וואסער).
מחייב זיין צו פרעגן א רב בעפאר מ'גייט חלילה ארויס ארבעטן, כמובן לכל בר דעת, והוא ק"ו מטעכנעלאגיע ומניעת הריון אחרי קיום מצות פו"ר.
אויסבעסערן נוסח הכתובה אז די פרוי זאל זיך מחייב זיין צו גיין ארבעטן און אויסהאלטן דעם מאן כל זמן ער וויל זיצן און כולל.
נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 8:26 pm
דורך קאווע טרינקער
מי שברך ליולדת, פון היינט און ווייטער, נאר בלחש.
נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 8:28 pm
דורך יידל
א קידוש מאכט מען נאר אינדערהיים, נישט אין שול חלילה, כדי שלא ישאלו הבנים.
נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 8:38 pm
דורך ברסלבער
א סמארט-פאון מעג מען נוצן נאר אין ביהמ"ד און נישט אינדערהיים וואו עס שאדט פאר די שלום בית. (דער אייבערשטער וועט דיר מוחל זיין, אבער די ווייב נישט...)
נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 8:48 pm
דורך געפילטע פיש
א וועד האישור וואס מאכט זיכער אז יעדע פרוי נעמט אראפ חלה כשיעור וכדין. כ'וויל נישט אז מיינע קינדער זאלן לערנען אין איין קלאס וואו די מאמע נעמט אראפ חלה יוצא צו זיין.
די זעלבע אויב די וואסער פילטער, מעהל, רייז, און פאקס מאשין.
נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 8:52 pm
דורך נולד מאוחר
פרויען זאל נישט מעגן זייגען בכלל. מזאל קענען האבן שנעלער און מער קונדער.
נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 9:07 pm
דורך געפילטע פיש
דאס וואלט מען שוין לאנג געמעגט אסר'ן, פרויען טאר'ן נישט זייגן אלס זייגן זייגן לגזירה שוה, און כדי שלא יתרגלו התינוקות לדבר עבירה.
אזוי אויך זאלן פרויען נישט האבן קיין זייגערס, פאר די זעלבע סיבה, זייגער זייגער לגז"ש, און אויך ווייל אזוי ווי ביי דאסטערס וואס דערמאנען די בעדרום, זייגערס דערמאנען אויך די וועקער זייגערס אין בעדרום, ממילא שומר נפשו ירחק מהם.
(פארוואס זענען רוב איידיעס דא אויף פרויען און מענער אפטיילונג? איז דאס טאקע אונזער מערסטע אבסורדע אויפפיראכטס?)
נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 9:12 pm
דורך בדחן
מרחק זיין מכל וכל די מחללי שבת, און זיי אויפהערן שטיצען ביז זיי וועלן נישט תשובה טיען.
נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 9:17 pm
דורך לעיקוואד
[center]קול קורא[/center]
היות לעצטנס איז כלל ישראל באדרועט געווארען מיט פארשידענע צרות ברוחניות ובגשמיות, און נאך פילע דרישות וחקירות זענען מיר געקומען צו די מסקנה אז איינע פון די עיקר זאכען וואס ברענגען אן אן א שיעור פראבלעמען איז די פירצה אז מענטשען קענען זיך איינער דער צווייטער ביים נאמען, און ווייסען פילע זאכען איבער דער צווייטער'ס לעבן, וואס ער טראכט, ווי ער דרייט זיך, אא"ו. עס איז קלאר אז ווען מ'וואלט דא סנישט געוואוסט, איז אחוץ די אומצאליגע איסורי תורה ווי לשוה"ר ורכילות וואס וועלן פארמידען ווערן, וועט עס אויך ראטעווען פון אומצאליגע פראבלעמען סיי אינדערהיים סיי אין בית מדרש סיי ביי די ארבעט.
צוליב דעם האבען מיר צאמגעזעצט די גרעסטע רבנים תלמידי חכמים וגאונים, צוזאמען מיט פעסטע עסקנים און טוער'ס, זאלען זעהן צו מז'אל קענען טרעפן עפעס א לעזונג צו דער פראבלעם. בחסדי ה' און בזכות די היינטיגע טעכאנאלאגיע איז איכשר דרא און מיר זענען דא מכריז אויף א תיקון גדול וואס וועט בע"ה ראטעווען כלל ישראל.
נישט נאר אויפ'ן אינטערנעט, נאר אויך אין בית מדרש, זאל מען זיך אויפהערן ניצען מיט די אמת'ע נאמען, עס קען דאך ברענגען צו פארשידענע פראבלעמען אז אנדערע וועלן וויסען אפשר וואס איך טראכט. יעדער איינער זאל זיך אויסטראכטען א נייער נאמען ווי למשל "מיקי מאוס", '"יקום פורקן", "ווייסע הערינג", זיך אנטוהן א שמאטע אויפ'ן פנים, און נאר אזוי קומען אין שוהל אדער אין מקווה. די אמת'ע נאמען וועט מען מעגן נוצען נאר ווען מ'שרייבט איין די קינדער אין ישיבה, אדער ווען מ'מאכט א שידוך. אזוי וועט יעדער איינער קענען טוהן די בעסטע שידוכים און שיקען די קינדער אין די בעסטע ישיבות.
די שדכנים וועלן ארבעטן נאר מיט ספעיציעלע ליסטעס, אזויווי שוין איינגעפירט ביי 'דור ישרים'. עס וועט זיין נאר איין צענטרלער דאטאבעיס פון אלע נעמען, וואס יעדער וועט זיך איינשרייבן ביים געבורען דארט דער קינד'ס נאמען, יעדער קינד וועט באקומען א נאמבער, איווען נאמבערס פאר די זכרים און אד נאמבערס פאר די נקיבות, און מען וועט מעגן אנטראגען שידוכים נאר דורך די נומבערס. און די אמת'ע נעמען וועט מען מגלה זיין נאר ביי'ם לחיים. דאס אלעס וועט איר האבען פאר די נישטיגע פי פון פינעף טויזנט דאלאר אויפצוהאלטען די קאסטן פון דער ארגינאזאציע.
עסקנים געבן איבער, אז א חוץ די מורא'דיגע רוחניות'דיגע בענעפיטען, איז די נייע מנהג טוב כולל אומצאליגע גשמיות'דיגע בענעפיטען, איבער וואס מיר קענען נישט מרחיב זיין דא וויבאלד עס דרייען זיך שמועות אז די איי אר עס לערנט זיך אידיש. פרעגט זיך נאך ביי אייערע חברים שטילערהייט.
ארץ ישראל'דיגע חכמים טענה'ן אז דאס וועט זיין אן ענדגילטיגע פתרון פאר די פראבלעם פון גיוס בני הישיבות, מער דעטאלען וועלן נאכפאלגען.
ובאנו על החתום- החתימות ע"פ סדר המספרים הסודיים.
-הרב הגאון הגדול וכו' הרוצה בעילום שמו. --כ"ק אדמו"ר מעיר נעלמה שליט"א- בית דין המיוחד למספרי שידוכים-- בית הדין לעניני טעכנאלאגיע-- וועדת הרבנים האנונימיים--
נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 9:18 pm
דורך הוגה
געפילטע פיש האט געשריבן:(פארוואס זענען רוב איידיעס דא אויף פרויען און מענער אפטיילונג? איז דאס טאקע אונזער מערסטע אבסורדע אויפפיראכטס?)
קוק/טראכט איבער רוב תקנות און נייע פרומענישן איז ארום פרויען און ס#&ס. אויף העברעאיש זאגט מען יש להם ראש כחול, ובלע"ז "one track minded".
נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 9:21 pm
דורך הוגה
[tag]לעיקוואד[/tag], די "בני הישיבות" האבן נישט אונטער גע'חתמ'ט דער קול קורא?

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 9:23 pm
דורך בדחן
געפילטע פיש האט געשריבן:(פארוואס זענען רוב איידיעס דא אויף פרויען און מענער אפטיילונג? איז דאס טאקע אונזער מערסטע אבסורדע אויפפיראכטס?)
נאר די סיבה דערפאר איז פשוט ווייל דאס טרעפט מען נאך אין אין די תורה הקדושה: בוכים למשפחתם איז רש״י הקדוש מסביר: על עסקי עריות, ווען יודען האבן קאמפלעינט אויף מצוות השם האט זיך עס אנגעהויבן מיט די ענין.
נישט ח״ו אז די ניקים דא זענענן איינקליך פון די ערב רב פון משה רבינו׳ס צייטען, אבער עכ״פ יש סמך לדבר.
נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 9:24 pm
דורך לעיקוואד
@[tag]הוגה[/tag]
די אסיפה האט געקלערט אז צו נוצען דער נאמען בני הישיבות קען זיין א שאלה פון גילוי. מאנכע טענה'ן אז זיי ווייסען ווער זיי זענען. (טראץ דעם וואס אין מיינע פילע באזוכען בהיכלי הישיבות הקדושות האב איך נאכנישט געטראפען קיין אמת'ער בן ישיבה).
נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 9:29 pm
דורך הוגה
[tag]בדחן[/tag], די עסקי עריות וואס זיי האבן געוויינט איז געווען חתונה מיט די שוועסטער אדער אן אשת איש, זיי האבן נישט געוויינט איבער א סעגרעגעיטעד פארק פאר קליינע קינדער פון קרית יואל, ס'נישט געווען אזעלכע משוגעת'ן.
אגב, ווערט שוין דערמאנט אין ספרים אז מגלה פנים בתורה שלא כהלכה איז א סרך גילוי עריות. Just saying...
נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 9:34 pm
דורך שאולדיספריםפאקער
אז די פרויען זאלן אנהייבן צו גיין און מקווה יעדן צופרי אלס תוספות קדושה
נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 9:36 pm
דורך בדחן
הוגה האט געשריבן:[tag]בדחן[/tag], די עסקי עריות וואס זיי האבן געוויינט איז געווען חתונה מיט די שוועסטער אדער אן אשת איש, זיי האבן נישט געוויינט איבער א סעגרעגעיטעד פארק פאר קליינע קינדער פון קרית יואל, ס'נישט געווען אזעלכע משוגעת'ן.
אגב, ווערט שוין דערמאנט אין ספרים אז מגלה פנים בתורה שלא כהלכה איז א סרך גילוי עריות. Just saying...
אמת ביסט גערעכט אז דעמלאטס איז עס נישט געווען ממש די זעלבע קאמפלעין, נאך מער, עס דאכט זיך מיר אז ביים ערשטען ביהמ״ק ביים שמחת בית השאובה איז נישט געווען קיין מחיצה געהעריג (שוין פארגעסן די פרטים פינקטליך),
אעפ״כ ווייסטע דאך אז די האסט געפענט די אשכול אויף א אויפן חוזק צו מאכען און נישט דעבאטירען די אישו, דערפאר איז מיין ווערטעל אויך זייער אין פלאטץ. און אגב איז יענע מציאות עס איז זייער ענדליך צום היינטיגען מציאות, כאטש אז די קאמפלעינס איז א אינטש ארויף א אינטש אראפ.
נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 9:55 pm
דורך הוגה
[tag]בדחן[/tag],
יא, איך האב אויפגעמאכט די אשכל חוזק צו מאכן! הלוואי ווען עס וואלט געווען בידי אפצושטעלן די אידן פון אריין שטעקן זייערע טלפיים בכרם בית ישראל און אפ'הרג'נען דאס ביסעלע וואס עס איז נאך פארבליבן פון כלל ישראל. אבער היות איך קען עס נישט טון (קוים וואס איך קען עפעס טון צו ראטעווען אני וביתי), ערלויב איך מיר כאטש אונטער-צו-האלטן על חשבנם. מיר האבן דאך די וואך געליינט
לא תוסיפון.נאך אמאל, דאס וואס דו ביזט מדמה צו די ערב רב ביסטו א ריכטיגע מגלה פנים בתורה שלא כהלכה, לכל הדעות. ס'נישט אן אינטש ארויף אדער אראפ, ווי דו זאגסט. עס איז כרחוק מזרח ממערב. זיי האבן באקלאגט די תורה, מיר דא באקלאגן די מחריבי התורה.
נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 10:38 pm
דורך לעיקוואד
פאלגענד איז די קול קורא אויף לשוה"ק לטובת אחב"י יושבי ארה"ק ודוברי שפת הקודש. ייש"כ למתרגם החפץ בעילום שמו.
קול קורא והודעה נחוצה
כאשר בעוה"ר אין לך יום שאין קללתו מרובה מחבירו, ואין לך יום שאין אנו שומעים על צרה חדשה המתרגשת עלינו, מבפנים ומבחוץ, ברוחניות ובגשמיות, תכופות זו לזו, ואין אתנו יודע עד מה.
ישבנו דרשנו וחקרנו אחרי הגורמים למצב הנורא הזה, לדעת מה זה ועל מה זה ובשל מי הרעה הזאת, והגענו למסקנה ברורה שאחד הגורמים העיקריים לבעיות רבות הוא זה שאנשים מכירים אחד את השני בשמותיהם ובפרטיהם אמתייים, וכתוצאה מכך לא די שהם נכשלים בכל יום בעבירות חמורות מה"ת כלשוה"ר ורכילות, אלא שאנשים רבים ניזוקים בכל יום בצורות רבות מתוך היותם מוכרים בשמותם למכיריהם, כאשר מחשבות רבות שלהם מתגלות בשיחות איתם, וחולשות וחסרונות רבים הטבועים בבני אדם ידועים למכיריהם הרבים וחברך חבר אית ליה עד שאין הם יכולים לשדך את בניהם או לשלוח את בניהם לתלמודי תורה וישיבות ואת בנותיהם לבתי יעקב וסמינרים וכתוצאה מכך מתדרדרים מדחי אל דחי.
אי לזאת טיכסנו עצה, בהתייעצות עם מרנן ורבנן ארזי הלבנון אדירי התורה, ובשימוש מומחי טכנולוגיה ובקיאים בתורת הנפש ושאר שבע חכמות, ונתוודע לנו רעיון נפלא וחדשני, שיכול לחסוך לנו את כל הצרות האלה. והוא היסוד הנפלא שנקרא בלע"ז 'ניקים', דהיינו דרך תקשורת שבו בני אדם אינם מתקשרים זה עם זה בשמותים הנכונים אלא ממציאים לעצמם שמות וזהויות בדוים לצרכים שונים, ומתוך כך יכולים הם לחיות בצורה הרבה יותר בריאה. אלא שבינתיים לא השתמשו בפתרון הזה אלא יושבי מחשכים ברשת כלי האינטרנט, שכבר נאסר על ידי מרנן ורבנן שליט"א, ואין שלומי אמוני ישראל העושים ככל אשר יורוך נהנים מהפתרון הנפלא הזה.
לכן הננו להכריז, שמהיום והלאה, לא יהין איש ואשה בחור ובתולה להשתמש בשמם האמיתי בשום מקום, אלא כל אחד יבחר לעצמו שם כרצונו, האחד יקרא לעצמו 'מיקי מאוס', והשני ייתקרא 'דונאלד דאק', האחד יקרא לעצמו 'געפילטע פיש', וחברו ייתקרא 'מלח סדומית', ישימו על פניהם מסווה, ואך כך יבואו לבתי כנסיות בתי מדרשות מקוואות וחנויות וכל מקומות שהם משתמשים בהם ביום יום. ואילו השימוש בפרטים הנכונים יוגבל אך ורק לצרכי שידוכים והכנסת הבנים לתלמודי תורה וישיבות. מנהלי המוסדות והשדכנים מתבקשים לשמור על תקנה זו בכל תוקף.
בכדי שלא יהיו טעויות והסתבכויות בנושאי שידוכים, הוחלט על הקמת מאגר שמות מיוחד, שבה ירשמו כל ההורים את שמות בניהם בלידתם, ואך ורק למאגר הזה תהיה גישה לשם האמיתי. כל אחד יקבל מספר, ורק דרך המספר הזה יתקשרו עם השדכנים והמוסדות. כאשר ראינו הצלחה מרובה במערכת כזאת ב'דור ישרים' אין ספק כי הפתרון הזה ניתן ליישום. במאמצים מרובים השגנו סיבסוד מנדיבי עם ועלות קבלת המספר יצומצם ל5000 ש"ח לנפש לצורך כיסוי ההוצאות ההכרחיות בלבד. משפחות ברוכות ילדים, בנשקי"ם, ושאר 'חשובים', יפנו אל ההנהלה לצורך קבלת הנחה.
מפה לאוזן נמסר, כי בנוסף להצלות הרוחניות העצומות הגלומות בפרוייקט הזה, הרי שכבר מתן שכרה בצדה וייתכנו לה רווחים גשמיים מרובים, אשר את פרטיה אנחנו מנועים מלמסור בפומבי מחשש עינא בישא דרשות המיסים וד"ל. כמו"כ מקווים שהמערכת החדשה יפתור את כל בעיית גיוס בני הישיבות, פרטים על כך אצל הגבאים המקומיים.
ובאנו על החתום.
(החתימות על פי סדר המספרים הסודיים)
הרב הגאון הרוצה בעילום שמו שליט"א-- כ"ק אדמו"ר מעיר-נעלמה שליט"א-- בית דין המיוחד למספרי שידוכים-- וועדת הרבנים האנונימיים.