בלאט 1 פון 3
ווערטער וואס ווערן גענוצט נישט-ריכטיג
נשלח: זונטאג אפריל 22, 2012 4:34 pm
דורך ישובניק
איך האב דא צוויי דערווייל:
יאווען - ריכטיג: זיך באווייזן (ערשיינען)
נארהאפטיג - ריכטיג: נערנדיג (ס'גיט כח)
Re: ווערטער וואס ווערן גענוצט נישט-ריכטיג
נשלח: זונטאג אפריל 22, 2012 7:27 pm
דורך יידל
ישובניק האט געשריבן:איך האב דא צוויי דערווייל:
יאווען - ריכטיג: זיך באווייזן (ערשיינען)
נארהאפטיג - ריכטיג: נערנדיג (ס'גיט כח)
איך פארשטיי נישט. די צוויי ווערטער זענען נישט אמת'ע ווערטער, אדער זענען זיי אמת'דיג און זיי וערן געניצט נישט ריכטיג? אויב די צווייטע, ביטע ערקלערן די ריכטיגע באדייט פון די ווערטער.
Re: ווערטער וואס ווערן גענוצט נישט-ריכטיג
נשלח: זונטאג אפריל 22, 2012 7:32 pm
דורך ידען
אז מע רעדט שוין פון נישט ריכטיג, וויל איך אויך אריינשטעקן מיין קליינע נאז, און פרעגן אויב סע לוינט זיך און סע שייך זיך צו לערנען א פערפעקט אידיש?
אגב ריהטא בינעך נישט אזוי מקפיד צו ספעלן פינקליש.
Re: ווערטער וואס ווערן גענוצט נישט-ריכטיג
נשלח: זונטאג אפריל 22, 2012 8:18 pm
דורך ישובניק
יידל האט געשריבן:ישובניק האט געשריבן:איך האב דא צוויי דערווייל:
יאווען - ריכטיג: זיך באווייזן (ערשיינען)
נארהאפטיג - ריכטיג: נערנדיג (ס'גיט כח)
איך פארשטיי נישט. די צוויי ווערטער זענען נישט אמת'ע ווערטער, אדער זענען זיי אמת'דיג און זיי וערן געניצט נישט ריכטיג? אויב די צווייטע, ביטע ערקלערן די ריכטיגע באדייט פון די ווערטער.
זיי ווערן גענוצט נישט ריכטיג, און וואס איך האב געשריבן איז דער ריכטיגער באדייט.
Re: ווערטער וואס ווערן גענוצט נישט-ריכטיג
נשלח: זונטאג אפריל 22, 2012 8:19 pm
דורך ישובניק
ידען האט געשריבן:אז מע רעדט שוין פון נישט ריכטיג, וויל איך אויך אריינשטעקן מיין קליינע נאז, און פרעגן אויב סע לוינט זיך און סע שייך זיך צו לערנען א פערפעקט אידיש?
אגב ריהטא בינעך נישט אזוי מקפיד צו ספעלן פינקליש.
פארוואס נישט? ס'קומט אפשר נישט צופוס, אבער אז מ'לייענט גוטע זאכן, און מ'האט א נטי' דערצו, און מ'איז גרייט צו אינוועסטירן צייט און ווילן, און מ'זאמלט זיך אן פראקטיק, קומט מען מן-הסתם אן.
Re: ווערטער וואס ווערן גענוצט נישט-ריכטיג
נשלח: מאנטאג אפריל 23, 2012 12:10 am
דורך געצל
לאמיר אריינלערנען פשט אין ישובניק.
ווי איך פארשטיי מיינט ער צו זאגן אז ״יאווען״ איז נישט ריכטיג און אנשטאט דארף מען נוצן ״זיך באווייזן״.
לויט ווי איך דענק איז יאווען: אפירגעקומען, אדער ארויסגעוואקסן. למעשה, ווענד זיך ווי מען נוצט עס.
און ר' ישובניק, ביטע ברענג א זאץ אדער צווי אז מיר זאלן אייך קענען בעסער פארשטיין.
יאנקל, מיט נארהאפטיג, נערונג, ביסטו מחולק מיט ישובניק, וואס האלט אז דאס זענען באזונדערע ווערטער.
Re: ווערטער וואס ווערן גענוצט נישט-ריכטיג
נשלח: מאנטאג אפריל 23, 2012 4:50 am
דורך טאמבל סאס
ישובניק ביידע זענען ריכטיגע ווערטער. און עס האט באזונדערע באדייטן.
נארהאפטיג טייטש- געשמאק אויפן צונג
און יאווען טייטש - ווען א באנדע האבן רוקן זיך אן אין א פלאץ. אדער ווען ס'הערשט א יאגעניש/כאפעניש צו א געוויסן ארטיקל, זאגט מען ס'יאווען זיך מענטשן. אלזא מיש נישט קיין טעפל.
Re: ווערטער וואס ווערן גענוצט נישט-ריכטיג
נשלח: מאנטאג אפריל 23, 2012 12:44 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
א גרויסן שקויעך, ישובניק, פאר נעמען די אינציאטיווע פון פארבעסערן אונזער גראמאטיק. מענטשן ווי דו זענען היינט א יקר המציאות. איך ווייס גענוג צו פארשטיין דיין ווערט...
Re: ווערטער וואס ווערן גענוצט נישט-ריכטיג
נשלח: מאנטאג אפריל 23, 2012 12:53 pm
דורך אךשמח
שלום עליכם ישובניק.
יישר כוחך פארן טון אין דעם נושא. איך האף אז מיין גראמאטיק וועט זיך פארבעסערן ליינענדיג דיינע מאמרים.
איך בעט די וואס גלייכן דעם נושא פון גראמאטיק זאלן 'לייק'ן ישובניק און לאזן וויסן אז זיי האבן דערפון הנאה, אפילו אויב נישט אלעמאל קען מען צושרייבן א ווארט.
Re: ווערטער וואס ווערן גענוצט נישט-ריכטיג
נשלח: מאנטאג אפריל 23, 2012 12:56 pm
דורך אךשמח
איך זע דא אין דעם אשכול א שטיקל מחלוקת איבער די ווערטער וואס יישובניק האט צוגעברענגט, אפשר קען עמיצער אפירזוכן אין די אלטע ביכלעך אדער מאמרים אין צייטונגען (נישט די היינטיגע, וואס רוב שרייבער ווייסן נישט וואס דאס ווארט גראמאטיק מיינט...) און פון דארט ארויסלערנען וואס די ריכטיגע באדייט איז?
Re: ווערטער וואס ווערן גענוצט נישט-ריכטיג
נשלח: מאנטאג אפריל 23, 2012 3:06 pm
דורך ישובניק
געצל האט געשריבן:לאמיר אריינלערנען פשט אין ישובניק.
ווי איך פארשטיי מיינט ער צו זאגן אז ״יאווען״ איז נישט ריכטיג און אנשטאט דארף מען נוצן ״זיך באווייזן״.
לויט ווי איך דענק איז יאווען: אפירגעקומען, אדער ארויסגעוואקסן. למעשה, ווענד זיך ווי מען נוצט עס.
און ר' ישובניק, ביטע ברענג א זאץ אדער צווי אז מיר זאלן אייך קענען בעסער פארשטיין.
יאנקל, מיט נארהאפטיג, נערונג, ביסטו מחולק מיט ישובניק, וואס האלט אז דאס זענען באזונדערע ווערטער.
געצל, איך בין אינגאנצן מסכים מיט דיין דעפיניציע פון יאווען זיך. פ.וו. זאל יאווען נישט זיין ריכטיג? איך מיין ס'איז יא.
איך בין נישט מחולק מיט יאנקל. איך האב געמיינט פינקטליך דאס וואס ער איז מסביר.
Re: ווערטער וואס ווערן גענוצט נישט-ריכטיג
נשלח: מאנטאג אפריל 23, 2012 3:10 pm
דורך ישובניק
טאמבל סאס האט געשריבן:י
שובניק ביידע זענען ריכטיגע ווערטער. און עס האט באזונדערע באדייטן.
איך האלט אויך אזוי.
נארהאפטיג טייטש- געשמאק אויפן צונג
איך מיין, ס'איז אזוי ווי יאנקל האט געשריבן - נערונג.
איך האב געקוקט אין א פאר ווערטערביכער, עס נישט געטראפן. מעגליך, עס ווערט גענוצט אין דייטש?
און יאווען טייטש - ווען א באנדע האבן רוקן זיך אן אין א פלאץ.
אמת.
אדער ווען ס'הערשט א יאגעניש/כאפעניש צו א געוויסן ארטיקל, זאגט מען ס'יאווען זיך מענטשן.
קען זיין. אויב זיי יאווען זיך טאקע.
אלזא מיש נישט קיין טעפל.
גוט, כ'וועל פרובירן זיך אפהאלטן פון מישן. אויב כ'פאל דורך, ביטע מעורר זיין.
Re: ווערטער וואס ווערן גענוצט נישט-ריכטיג
נשלח: מאנטאג אפריל 23, 2012 3:16 pm
דורך ישובניק
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:א גרויסן שקויעך, ישובניק, פאר נעמען די אינציאטיווע פון פארבעסערן אונזער גראמאטיק.
יישר-כח פאר דיין חיזוק. לאמיך דיר באצאלן פאר דיין אפלאדיסמענט: דיינע הודעות זענען לענ"ד צווישן די העכסטע אין קוואליטעט אין "שטיבל". אין תוכן, ווי אין סטיל.
אזא איניציאטיווע וואלט געווען זייער א הויכע און כ'פרעטענדיר נישט אויף אזוי ווייט. אויב איך קען אביסל ביישטייערן, והיה זה שכרי. איך לערן דא אויך אסאך.
Re: ווערטער וואס ווערן גענוצט נישט-ריכטיג
נשלח: מאנטאג אפריל 23, 2012 3:19 pm
דורך ישובניק
אךשמח האט געשריבן:שלום עליכם ישובניק.
יישר כוחך פארן טון אין דעם נושא. איך האף אז מיין גראמאטיק וועט זיך פארבעסערן ליינענדיג דיינע מאמרים.
איך בעט די וואס גלייכן דעם נושא פון גראמאטיק זאלן 'לייק'ן ישובניק און לאזן וויסן אז זיי האבן דערפון הנאה, אפילו אויב נישט אלעמאל קען מען צושרייבן א ווארט.
יישר-כח פאר דיין רוף
און חיזוק.
Re: ווערטער וואס ווערן גענוצט נישט-ריכטיג
נשלח: מאנטאג אפריל 23, 2012 3:27 pm
דורך ישובניק
אךשמח האט געשריבן:איך זע דא אין דעם אשכול א שטיקל מחלוקת איבער די ווערטער וואס יישובניק האט צוגעברענגט, אפשר קען עמיצער אפירזוכן אין די אלטע ביכלעך אדער מאמרים אין צייטונגען (נישט די היינטיגע, וואס רוב שרייבער ווייסן נישט וואס דאס ווארט גראמאטיק מיינט...) און פון דארט ארויסלערנען וואס די ריכטיגע באדייט איז?
נישט קיין שלעכטער געדאנק. כ'בין אבער מסופק צי מ'וועט זיך אנשטויסן אין ארכיוון אויף "נארהאפטיג". אפשר-אפשר יא? איך זע דא יעצט דאס ווארט דערמאנט ביי דובראווסקי ע"ה, איינער פון די געבענטשטע שרייבער מדור הקודם, פון רוסישן אפשטאם. אבער ער ניצט עס ווי אן אפטייטש פאר א רוסישן באגריף... ער לייגט אויס דאס ווארט מיט א קוף: נארהאפטיקע, לויט דער ארטאגראפיע צו וועלכער ער האט זיך געהאלטן.
www.algemeiner.net/generic.asp?ID=3086איך האב אויך א זוך געטון אויף דייטש און באקומען אויף נארהאפטיגקייט דעם אפטייטש:
nutritiousness
אויף
nutritious
טייטשט מען אין דייטש: נארהאפט. דאס איז דאס זעלבע ווי נארהאפטיג.
Re: ווערטער וואס ווערן גענוצט נישט-ריכטיג
נשלח: דינסטאג אפריל 24, 2012 12:37 am
דורך ישובניק
איך האב שוין געשריבן אין "אמעראצעס"-"אשכול" (אגב, וואס עפעס? פ.וו. נישט טעמע?) וועגן געאייגנט/געאייניגט.
נאך א ווארט: רעאליזירן. אין אידיש ווערט עס גענוצט מיט'ן באדייט פון פארווירקליכן, אויספירן מכח אל הפועל, נישט אין זין ווי מ'ניצט עס אין ענגליש (ער האט רעאליזירט אז...), וואס אויף אידיש זאגט מען אין אזא פאל - איינזען, אנערקענען.
Re: ווערטער וואס ווערן גענוצט נישט-ריכטיג
נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 2:20 am
דורך ישובניק
"אין פאקט".
דאס איז נישט קיין ווארט וואס ווערט גענוצט נישט-ריכטיג, נאר ס'איז בכלל נישט דער ריכטיגער אויסדרוק אין אידיש.
ריכטיג: פאקטיש (אדער למעשה).
Re: ווערטער וואס ווערן גענוצט נישט-ריכטיג
נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 9:33 am
דורך שרגא
ישובניק האט געשריבן:"אין פאקט".
דאס איז נישט קיין ווארט וואס ווערט גענוצט נישט-ריכטיג, נאר ס'איז בכלל נישט דער ריכטיגער אויסדרוק אין אידיש.
ריכטיג: פאקטיש (אדער למעשה).
איי עגרי, אבער אין פאקט (סארי, פאקטיש) באניצט זיך דערמיט יעדע איינציגע היימישע צייטונג און אויסגאבע, אנגעהויבן פון דער בלאט, איד, צייטונג און בליץ, ביז דער שטערן, שפאקטיוו, גאזעט און אזוי ווייטער, אויסער די איינציגע כמעט-הונדערט-פראצענטיג-אויסגעהאלטענע "מעלות".
דאס איז א גוטער ביישפיל ווי למעשה ווערט מען נשפע פון דער אמעריקאנער שפראך, אפילו ווען מיר האבן גענוי דעם זעלבן ווארט אין אידיש. דאס גייט זיך אבער לכ' סייווי נישט טוישן און קיינער האט דערווייל נישט קיין אינטערעסע עס זאל זיך טוישן.
Re: ווערטער וואס ווערן גענוצט נישט-ריכטיג
נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 3:02 pm
דורך ישובניק
סיי-ווי זענען מיר אינגאנצן באנקראט קוקנדיג אויף דעם אידיש אין די מערסטע פון די אויסגערעכנטע צייטונגען און זשורנאלן.
Re: ווערטער וואס ווערן גענוצט נישט-ריכטיג
נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 2:23 am
דורך ישובניק
ישובניק האט געשריבן:סיי-ווי זענען מיר אינגאנצן באנקראט קוקנדיג אויף דעם אידיש אין די מערסטע פון די אויסגערעכנטע צייטונגען און זשורנאלן.
און אט דאס האט מען געשריבן אויף אונזער לשון מיט הונדערט און 2 יאר צוריק. ס'איז אן אויסצוג פון א צייטשריפט וואס איז ארויס אין אמעריקע אין 1910. ס'האט עפעס טעותים, ווייל ס'איז ארויסקאפירט.
נו, זאגט עס עפעס וועגן אונזער שפראך? ס'זאגט, אז מיר רירן זיך נישט פון דער מסורה. און אז מיר וואלטן מקבל געווען אידיש נאך אין די צייטן פון אונזערע אבות-אבותינו מיט טויזנטער יארן צוריק, וואלט מען שוין מן-הסתם דעמאלט אויך גערעדט מיט גרייזן. מיר זענען א פאלק וואס טוישט זיך נישט. וואס מ'זאגט אויף אונז היינט, האט מען געשריבן אויף אונז שוין מיט א יארהונדערט צוריק. וואס וועט זיין מיט אידיש אין 100 יאר ארום? די מער געבילדעטע פון אונזערע אייניקלעך וועלן אויפהייבן א געוואלד, פארוואס מ'שרייבט מיט גרייזן. אנדערע וועלן טענה'ן, וועמען גייט עס אן; אידיש האט נישט קיין גראמאטיק. און אז מ'וועט דעמאלט צוריקבלעטערן צו דער תקופה פון די מחאות קעגן דעם "שטערן" און כינוסים וועגן טעכנאלאגיע און אפירזוכן אויסשניטן פון די "אלטע צייטונגען" אין יענע פרימיטיווע יארן ווען די מענטשהייט האט נאך גענוצט קאמפיוטערס, וועט מען זען אז אויך דעמאלט, אין יענעם אוראלטן דור האבן אידן שוין געפירט וועגן אידיש די זעלבע סארט געשפרעכן אינעם עלעקטראנישן "קאווע שטיבל".
While some writers of Yiddish
claim that the language has a gram
mar, the vast majority do not pay
the slichteet attention to grammat-ical rules, and construct their sen
tences just as fancy seizes them.
And talk about phonetic spelling!
The Yiddish has Roosevelt's plan
beaten many a mile. Here are a
few English words, names and oth
ers taken at random from a Yiddish
newspaper:
Wright—Rayt.
Cook—Kuk.
Pictures—piktschers.
Record—reckon!.
Building—bilding.
Coupon—kupon.
Chili—Tshili.
Box —baks.
Fight—fay t.
Headquarters—hedkworters.
Roosevelt —Ruzwelt.
Woodruff—Wudrof.
Wall street—Wol strit.
Kansas City—Kenzes Sili.
Island —ayland.
Country—kontry.
Ballinger—Ralindzsher.
Cousin —kozln,
Experience—ekspiriens.
Jobber —dzshaher.
Factory^—fektori. >
Re: ווערטער וואס ווערן גענוצט נישט-ריכטיג
נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 10:34 am
דורך משה געציל
דאס ווארט וועב זייטל נעמט זיך לכאורה פונעם ענגלישען WEBSITE, למעשה איז דער ווארט זייטל נישט דער אפטטייטש פון SITE, נאר פון SIDE.
Re: ווערטער וואס ווערן גענוצט נישט-ריכטיג
נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 1:01 pm
דורך ישובניק
יאנקל האט געשריבן:משה געציל האט געשריבן:דאס ווארט וועב זייטל נעמט זיך לכאורה פונעם ענגלישען WEBSITE, למעשה איז דער ווארט זייטל נישט דער אפטטייטש פון SITE, נאר פון SIDE.
דאס איז נישט קיין סתירה. א אידיש ווארט מוז נישט זיין אן אקוראטן אפטיישט פון דעם ענגלישן. "וועבזייטל" שילדערט פיין די זאך, און איז גענוג שעפעריש אז עס ענדלט צו דעם ענגלישן ווארט.
איך פערזענליך האב גראדע קיינמאל נישט ליב געהאט דעם נעאלאגיזם, און נישט דווקא ווייל ס'איז נישט קיין אפטייטש פון SITE. איך שרייב דערפאר וועבסייט.
Re: ווערטער וואס ווערן גענוצט נישט-ריכטיג
נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 1:59 pm
דורך געפילטע פיש
יאנקל האט געשריבן:ישובניק האט געשריבן:איך פערזענליך האב גראדע קיינמאל נישט ליב געהאט דעם נעאלאגיזם, און נישט דווקא ווייל ס'איז נישט קיין אפטייטש פון SITE. איך שרייב דערפאר וועבסייט.
גם אני נוהג כן.
וואס דען? געוועב-ארט? געוועב-פלאץ?