מי שלא ראה לייק זו לא ראה לייק בימיו - 1000 לייקס!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6639 מאל

מי שלא ראה לייק זו לא ראה לייק בימיו - 1000 לייקס!

שליחה דורך הוגה »

[justify]בכל יום הייתי מחשב ואומר באשכל פלוני אני הולייק, ולתגובה פלונית אני הולייק, והיו ידיי מולייקות אותי לבית המדרש.

עס איז ביי מיר א גרויסע שמחה היינט! איך בין היינט אנגעקומען צו געוואלדיגע דערגרייכונג פון לייקן די אסטראנאמישע סכום פון "טויזנט" תגובות! אין אנדערע ווערטער איך בין אנגעקומען צו ליינען לכה"פ "טויזנט" זאכליכע תגובות און ארטיקלן. תגובות וואס האבן מיר געמאכט לאכן און שמייכלן, תגובות וואס האבן מיר געמאכט טראכטן, תגובות וואס האבן מיר אויסגעלערנט נייע זאכן, תגובות וואס האבן מיר גוט אפגעפרעגט און צוריק געענטפערט, און תגובות וואס האבן שטערקער ארויסגעברענגט מיינע הנחות ודעות.

איך בין נאך היבש ניי (און אולי אויך אומבאקאנט) דא. עס האט מיר גענומען א וויילע צו כאפן די סיסטעם דא, ווי אזוי אלעס ארבייט. כ'בין באלד אריינגעשפרינגן אינעם עבודת הקדש פון שרייבן מיינע מחשבות ודעות, און כ'האב מיך עפעס געפילט געוואלדיג באקוועם דא. פלוצלינג האב איך מיך געטראפן מיט א היבש ביסעלע תגובות, און נאך מער לייקס. אבער אין די זעלבע צייט האב איך אויך באמערקט עפעס אנדערש, נעמליך די צאל לייקס וואס איך האב געגעבן פאר אנדערע איז געווען פיל פיל ווייניגער ווי די לייקס וואס איך האב באקומען.

עס האט מיר זייער געבאדערט. ווי אזוי קען זיין אז איך - איין מענטש, זאל האבן מער לייקס ווי וואס איך האב געגעבן פאר צענדליגע גוטע שרייבער? איז מעגליך דען אז איך שרייב מער ווי איך ליין? ועוד, די גאנצע רייץ און חשק וואס איך האב דא צו שרייבן איז דאך נאר צוליב די הויכע קאליבער פון דענקער און שרייבער וואס שרייבן דא, נו קומט זיך זיי דען נישט אז איך זאל זיי לייקן מער אפט?

הווה מחשב שכר מצווה נגד הפסדה. וואס קאסט מיר שוין צו לייקן? און וויפיל חיזוק גיבט עס פאר יענער שרייבער ווייטער אנצוגיין און מהנה זיין די עולם - און מיר - מיט זייערע פרוכט פון זייערע פעדערן (ליין: קיבארדס)?

האב איך געמאכט א קבלה דעמאלטס אז איך גיי צולייגן מער קאפ און לייקן א יעדע תגובה וואס גיבט מיר עטוואס הנאה, און איך וועל נישט קארגן אויף קיין לייקס.

לדעתי זענען די רווחים פילפאכיג. ערשטענס מאכט עס יענעם פילן גוט (איך זאג פון עקספיריענס). צווייטענס, עס ענקארעדזשד די ספעציפישע שרייבער צו שרייבן מער, להנאתי ולהנאת חביריי. אויך גיבט עס מיר א פערזענליכע tool צו קאנטרעלירן אביסל וועלכע ניקס איך וויל זעהן מער תגובות פון זיי.

ידעתי בני ידעתי אז יותר ממה שלייקתי כאן איז ווערד געלייקט צו ווערן. (כ'בעט טאקע איבער די אלע וואס כ'האב נישט ערליך געלייקט) אבער באמת, לא על הלייקים לבדו יחיה האדם, עס איז אויך שייך צו מגיב זיין און דאנקן.

מורי ורבותי, לא לדרשה קאתינא, כ'בין נישט דא צו זאגן קיין מוסר, כ'וויל נישט מעורר קטרוג זיין ח"ו. לייקטס אריין וויפיל עס גייט. לאמיר אננעמען די נייע motto פון נו יארק סיטי "if you see something like something!" האסט הנאה געהאט גיב א לייק.


.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר