אויסזעענדע סתירות אין די תורה וועלט וואס איך וויל פארשטיין
נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 9:19 pm
טעיק עי סיט און הארך אויס צו מיינע בויך דרייענישן, אזוי ווי כ'האלט זיך נישט פאר א ת"ח ענדערש בין איך אויף די רייע ווי די כהנים עמי הארצים זיצן, פארט שפיהר איך אז איך מעג פרעגן אפילו אפשר וועט עס זיין א געלעכטער אין אייערע אויגן צוליב וואז מיר זענען בכלל נישט גוט געלערענט איז מעגליך אז איך וועל פרעגן זייערע נארישע פראגעס וואס ס'ווערט מיר שווער מפעם לפעם. טו מיר פארשטיין און ענטפער ווי ווייט מעגליך און פירט אייך אויף סענסעטיוו. א גע-דאנק
ערשט איז מיר שווער ווען א אינגע מענטש גייט פון די וועלט אויב איז ער א באקאנטער ערליכע איד שרייבט מען איבראהל מיט לויב "אשרי מי שחתמו ימיו מהרה" און נאך זעלכע סארט מאמרים. אבער ווען א קרעשטמע זיצער גייט אוועק פון די וועלט אינג און אויבן אויף איז ער באקאנט פאר נישט זיין אזוי אי איי איי, ברימט זיך יעדער אינטער "נו ס'נישט הפקר וועלט דער באשעפער פיהרט זיין וועלטעל, מען קען נישט טון וואס מ'וויל"........
איי אפשר איז יענער געווען א ל"ו צדיק אויף ווען מ'קען פינקט אזוי זאגן דעם אשרי מי שחתמו? ווער מאכט אפ וויזוי צו זאגן וואס ווען? איז דאס בכלל ריכטיג? און נאך מער שווערער אויב איז אשרי מי שחתמו ימיו א לויב און גאר גוט, דענסמאל פארוואס למשל געט נישט די תורה שכר ביי כיבוד אב און ביי שליח הקן אז די שכר וועט זיין חתמו ימיו מהרה? ס'דאך אזא מעלה?! ניין?
אין די פרשה עטליכע וואכן ציריק שטייט "לא בצדקתך, וביושר לבבך, אתה בא, לרשת את-ארצם: כי ברשעת הגויים האלה, יהוה אלוהיך מורישם מפניך, ולמען הקים את-הדבר אשר נשבע יהוה לאבותיך, לאברהם ליצחק וליעקוב" און וואס וואלט געווען אויב די גויים וואלטן נישט געווען רשעת'דיג?