בלאט 1 פון 1

אדם ניכר... בכעסו. מצבים ווען מענטשן פארלירן זיך.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 5:35 pm
דורך טאמבל סאס
איך האב שטענדיג ליב צו באטראכטן מענטשן, ספעציעל אין אנגעצויגענע צייטן, ווען א מענטש קען זיך לייכט פארלירן, וואס דארט קען מען גאר גוט זעהן די פנימיות פונעם מענטש, און אפשאצן, (שעצן, אדער אוועקשוצן) זיינע מדות. און זען לויט וויאזוי ער רעאגירט און ריעקט, ווי שטארק איידל, קלוג, מענטש, רחמנות'דיג, אויסגעהאלטן, רעליגעיז, סבלן, אדער פרינציפליך דער יעניגער איז. נישט אלעמאל מוז עס דייקא זיין אין נערוועזע אומשטענדן, אסאך מאל קען עס פאסירן ביי א געוויסע פערטיקיולער תאווה, אדער נטיה וואס דער ספעציפישער מענטש האט א ווייעך ארט דערפאר. איך וועל אויסציילן עטליכע דוגמאות. ס'מוז לאו דוקא זיין עפעס א ראקעט סייענס הויך פסיכילאגישע טעאריע איבער א געוויסע מצב אין וועלכער דער פערזאן ברויך ווערן אבזעווירט, ווי איר אלע ווייסט, דאס קען פאסירן ווען אימער, אפילו ביי פשוטע טעגליכע געשעהענישן.

אלזא לאמיר זען וואס ס'איז מיר היינט איינגעפאלן.
1) די מענטשן וואס קלאפן די מויז אויפ'ן טיש, קוועטשן ווילד די קיבאורד קנעפלעך, ריסטארטן יעדע מאל די קאמפיוטער/אדער אינטערנעט לויפט אביסל שטאט, אנשטאט ציווארטן, אדער זעהן אפשר דארף מען עס קלינען אדער פאררעכטן. טראכט א רגע! האסטו אמאל געטוהן אזוי, אפילו ווען דו ביסט קליין געווען??
מען קען אריינגיין אין פיליזאפישע אדער פסיכילאגישע הסברים פארוואס און פארווען, אבער נאכן באטראכטן וועלכע סארט מענטשן טוען דאס, מיין איך פעהלט נישט אויס צופיהל אריינצו'דרש'נען דערין.

קוק אהער, ער ווייסט דאך אז די קאמפיוטער גייט נישט אנהויבן בעסער פונקציאנירן דורכן קלאפן מיט די מויז, אבער מיט דעם אלעם האט ער אזא שלעכטע געוואוינהייט פון סמעשן די מויז, טראץ וואס ער ווייסט אז די מויז לעבט אויך נישט אויף אייביג. ס'ארא דומע קאפ!

2) מענטשן וואס ווארפן זייער טעלעפאון אויף דער ערד, ווען זיי ווערן אויפגערעגט.

3) אזעלכע וואס ווען זיי ווערן דעפרעסט, ווארפן זיך אריין אין בעט, אדער טרונקן א האלבע פלעשל וויסקי.

4) די סארט וואס ווען זיי האבן א שארפע ווערטער אויסטויש מיט א חבר, פארלירן זיי זיך פלוצים און הויבן אן שרייען, און ווערן אינגאנצן עמאציאנאל, איבערגענומען מיט געפיהלן. דאס שטעלט זיי אביסל אין א שוואכערע פאזיציע, גיבענדיג אז זיי טראכטן מער מיט הארץ ווי מיט מח.

5) די סארט וואס פארן דורך די זעלבע געגנטער יעדן טאג, און פאלגן בלינד זייער JPS אבער נעמען זיך נישט די מיה כאטש איינמאל נאכקוקן אין א מאפע זעהן, אויב ס'איז דא שנעלערע וועגן דורך זייטיגע געסלעך וואס זאל זיי פארשפארן צייט, און זיכער ארויסהעלפן בשעת א טראפיק אנשטויס.

6) די סארט חבירים וואס ווען דו קומסט אין זייער גענגווארט זענען זיי שטענדיג ביזי רעדן ווי געלונגען זיי זענען, און ווען עפעס גייט זיי שלעכט, קוקן זיי אויס ווי א אבל אין א בית האפל, אבער ווען דו זאגסט זיי עפעס איבער דיר, זענען זיי פיהל מיט אמונה מאמרים און פארווארוף הלמאי דו האסט נישט גענוג בטחון אין אויבערשטן, און דו רעדסט זיך אזויפיהל אפ.

7) די קלאסיקל בכוסו ביישפיהל. די סארט וואס ווערן ווילד און אומ-מענטשליך. אגרעסיוו און איגנאראנט, ווען זיי ציען אריין עטליכע גלעזלעך אלקאהאל. בעיסיקלי אלל אווער די פלעיס. אבער ווען דו זאגסט זיי - שפעטער נאכן ניכטער ווערן - עפעס איבער זייער שלעכטע העביט, ווערן זיי אינגאנצן באליידיגט.
יעצט אויב קען איינער אנאלאזירן וואס די זאכן באדייטן, און אויף וועלכע נאטורן זיי ווייזן.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 7:11 pm
דורך I'm back
דא האט איר א ביישפיל:
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 19#p698419

נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 9:25 am
דורך איחוד פעלד
ביסט גערעכט מיט נומער פיר און זיבען, אלע אנדערע האבן גארנישט מיט פארלירען זיך.

מיט פיר ביסטו אזוי גערעכט, אבער יעדער איינער האט אן אנדערע טריגער ווען ער ווערט פארלוירען. איך למשל ווער פארלוירען ווען מיין תגובה אין קאווע שטיבעל ווערט פארלוירען ווייל א צוויטער האט געהאקט.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 5:11 pm
דורך איך אויך
Jps= Jewish positioning system?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 9:21 pm
דורך רויטע וואנצעס
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=hHNRszFbFKU[/youtube]

נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 11:32 pm
דורך Big Boy
טאמבל סאס האט געשריבן: 5) די סארט וואס פארן דורך די זעלבע געגנטער יעדן טאג, און פאלגן בלינד זייער JPS אבער נעמען זיך נישט די מיה כאטש איינמאל נאכקוקן אין א מאפע זעהן, אויב ס'איז דא שנעלערע וועגן דורך זייטיגע געסלעך וואס זאל זיי פארשפארן צייט, און זיכער ארויסהעלפן בשעת א טראפיק אנשטויס.


This type of behavior has more to do with not thinking outside-the-box than it has to do with being nervous. If anything it’s just the opposite. Someone that’s nervous would be trying out different streets every time he’s a minute in traffic.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 8:03 pm
דורך [NAMELESS]
ווי אזוי קענסטי פארגעסן פון די מענטשען וואס דריקען טויזענט מאהל די קנעפעל פאר די עלעוועיטער.....

נשלח: פרייטאג יוני 29, 2018 4:13 am
דורך טאמבל סאס
עס איז נבהל ונשתומם צו ווערן וואספארא קליינישקייטן קען טריגערן מענטשן צו נוצן שעלט ווערטער, מייניך די גראבע קללות, אפילו ווען זיי זענען חשובע מענטשן, אויב קענט איר זיך גענוג לאנג און זיי געטרויען דיך. אינטרעסאנט וואס כהאב באמערקט. נוצן א קללה ברענגט גאר שטארק אראפ יענעמס ווערט אין דיינע אויגן און קען עקשולי שיקן א שיווער אדורך די ביינער אבער נאר אויב דו נוצט זיי נישט קיינמאל. עס איז ווי א שארט טוירם סעדעטיוו וואס מאכט זיי תיכף שפורן בעסער. עס מאכט מאכט מיך פרעגן וואס איז אזוי פאווערפול אין א קללה אז עס האט אזא השפעה? עס קען נישט זיין אנדערש נאר אז דער דיבור אין וואס ס'ליגט א רוח, א נשמה, איז א שטארקע אנדייטונג אויף די איצטיגע שטאנד פון דער מדבר'ס נשמה. ארויסשרייען א קללה אדער סתם מיאוס רעדן ווייזט אויף א וואלנערבל און אומרוהיגע נשמה וואס ווערט נאכאנאנד געשלעפט אין די ריכטונגען פון די אלע יצרים און טינופת. אפשר דאס ארויסשרייען די קללה איז דומה צו ווען די פיזישע גוף עקט אויף א דעזייער אימפולסיוולי.

דאס ברענגט מיך צו טראכטן וועגן די מחלה נוראה טורעטס. מיין פריינד זאגט מיר ער האט א חבר, א בריליאנטענער קעמיסט געווען אלע יארן, וואס זיין אלצהיימערס אינקלודט אזא סארט טורעטס-לייק סינדראם, אז אצינד אויף דער עלטער, גייט ער ארום און שרייט די מיאוסטע קללות, אפטמאל גאנצע און קריעיטיווע זאצן, אויף יעדער וואס קומט אין זיין גענגווארט, פרעמדע ווי באקאנטע צוגלייך. די משפחה ליידט זיך נעבעך אן בושות.

קענענדיג אים פון יוגנט אן, זאגט מיר מיין חבר, אז יענער האט אלע יארן געהאט א העביט פון שעלטן אסאך און נוצן מיאוסע קללות, מערסטנסמאל פאר א ווערטל - אפפערענטלי ס'האט געמאכט מענטשן לאכן.. אפנים זעהט אויס אז סקען אויך גיין פארקערט, דער דיבור איז משפיע אויפ'ן מדבר.

נשלח: פרייטאג יוני 29, 2018 10:11 am
דורך רביה''ק זי''ע
פארוואס מענשטן שעלטן.
https://youtu.be/WjXu1mh6f2c

נשלח: פרייטאג יוני 29, 2018 10:21 am
דורך רביה''ק זי''ע
איך האב נישט די אלע סארט שוואכקייטן, איך גיב מיך זייער שטארק אכטונג זיך נישט צו פארלירן. אבער איין שוואכקייט האב איך, צו זען ווי יענער פארלירט זיך. ס'ממש פיטערט מיין איגא צו זען ווי יענער איז אינגאנצן מטורף און איך בין נארמאל.

נשלח: פרייטאג יוני 29, 2018 11:25 am
דורך ליפא
טאמבל סאס האט געשריבן:עס איז נבהל ונשתומם צו ווערן וואספארא קליינישקייטן קען טריגערן מענטשן צו נוצן שעלט ווערטער, מייניך די גראבע קללות, אפילו ווען זיי זענען חשובע מענטשן, אויב קענט איר זיך גענוג לאנג און זיי געטרויען דיך. אינטרעסאנט וואס כהאב באמערקט. נוצן א קללה ברענגט גאר שטארק אראפ יענעמס ווערט אין דיינע אויגן און קען עקשולי שיקן א שיווער אדורך די ביינער אבער נאר אויב דו נוצט זיי נישט קיינמאל. עס איז ווי א שארט טוירם סעדעטיוו וואס מאכט זיי תיכף שפורן בעסער. עס מאכט מאכט מיך פרעגן וואס איז אזוי פאווערפול אין א קללה אז עס האט אזא השפעה? עס קען נישט זיין אנדערש נאר אז דער דיבור אין וואס ס'ליגט א רוח, א נשמה, איז א שטארקע אנדייטונג אויף די איצטיגע שטאנד פון דער מדבר'ס נשמה. ארויסשרייען א קללה אדער סתם מיאוס רעדן ווייזט אויף א וואלנערבל און אומרוהיגע נשמה וואס ווערט נאכאנאנד געשלעפט אין די ריכטונגען פון די אלע יצרים און טינופת. אפשר דאס ארויסשרייען די קללה איז דומה צו ווען די פיזישע גוף עקט אויף א דעזייער אימפולסיוולי.

דאס ברענגט מיך צו טראכטן וועגן די מחלה נוראה טורעטס. מיין פריינד זאגט מיר ער האט א חבר, א בריליאנטענער קעמיסט געווען אלע יארן, וואס זיין אלצהיימערס אינקלודט אזא סארט טורעטס-לייק סינדראם, אז אצינד אויף דער עלטער, גייט ער ארום און שרייט די מיאוסטע קללות, אפטמאל גאנצע און קריעיטיווע זאצן, אויף יעדער וואס קומט אין זיין גענגווארט, פרעמדע ווי באקאנטע צוגלייך. די משפחה ליידט זיך נעבעך אן בושות.

קענענדיג אים פון יוגנט אן, זאגט מיר מיין חבר, אז יענער האט אלע יארן געהאט א העביט פון שעלטן אסאך און נוצן מיאוסע קללות, מערסטנסמאל פאר א ווערטל - אפפערענטלי ס'האט געמאכט מענטשן לאכן.. אפנים זעהט אויס אז סקען אויך גיין פארקערט, דער דיבור איז משפיע אויפ'ן מדבר.

https://mobile.nytimes.com/2017/07/27/s ... rsing.html