בלאט 1 פון 1

וועגן "פינען" אשכולות פון אויבן

נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 2:45 am
דורך באריסטא
מיר האבן שוין געהאט א סך בקשות אז מ'זאל "פינען", דהיינו צוקלעפן, שיינע לענגערע ארטיקלען פון אויבן, צו שטעלן ווערטפולע שיינע ארטיקלען אויפ'ן פארדינטן אויבן-אן. מיר האבן נארוואס געהאט אזא בקשה וועגן אט דעם ארטיקל פון חברינו [tag]יואב[/tag].

איז כדאי דא צו שרייבן אין פובליק וואס מיר האבן שוין כמה פעמים געענטפערט אין אישית אז די הנהלה טוט עס פון צייט צו צייט, אבער געווענליך פארלאזן מיר זיך אויף רעקאמענדאציעס פון חברים. יעדער קען רעקאמענדירן א שיינעם ארטיקל צו ווערן צוגעפינט - צי דער מחבר אליין אדער סיי ווער.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 4:42 pm
דורך קעלנער
כ'האב באמערקט א שמועס ערגעץ אין א אשכול פארוואס מ'האט נישט דעם אשכול אדער יענע אשכול צוגענאגעלט פון אויבן. געווענליך טוען עס נישט די מנהלים מדעת עצמם נאר נאכדעם וואס איינער בעט אין אישי אז מ'זאל צונאגלען. יעדער איז געלאדענט צו רעקאמענדירן אשכולות צו ווערן צוגענאגעלט. אפילו א שרייבער פון א אשכול וואס פילט אז זיין אשכול זאל ווערן צוגעפינט, זאל זיך נישט שעמען צו בעטן. איך ערווארט אז צוליב די מודעה וועט זיין א פארמערונג פון רעקאמענדאציעס, וועלן די מנהלים מוזן מחליט זיין וואס יא און וואס נישט צוצופינען - מ'קען דאך נישט האבן צופיל אויף אמאל.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 4:55 pm
דורך לית דין בר נש
איך וואלט גיבעטן די אמשינוב'ע אשכול זאל ווערן ארויפגעפינט.
יישר כח

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 5:06 pm
דורך אדנירם
ביזט שוין דער דריטער דאס צו בעטן.
כ'וועל שיקן אן אישי אויך.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 5:48 pm
דורך פריעד באטשי
לית דין בר נש האט געשריבן:איך וואלט גיבעטן די אמשינוב'ע אשכול זאל ווערן ארויפגעפינט.
יישר כח

:like :like :like א דאנק!