דיסקרימענאציע קעגן פאפא
נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 11:41 am
איך וויל דא עפענען אן אשכול מיט א ווייטאגליכע נושא.
פאר אן אומבאקאנטע סיבה איז דער פאפא חסידות געווארן דער חוזק פון גאנץ כלל-ישראל. ווען איינער וויל מאכן לצנות, איז עס אויפן חשבון פון פאפא. עס מוז אפילו נישט מאכן סענס וואס יענער זאגט, מען קען האקן אבי געזונט, אבער אויב זאגט מען "פאפא" לאכט יעדער. א חבר מיינער קלאפט מיר אין טיר און איך פרעג "ווער איז דארט?", קומט די תשובה פון אונטערן טיר "פאפער רב"! פארוואס זאגט ער נישט "ניקלשבורגער רבי"?, עס איז געווארן עפעס אזא מין לצנות וואס מען קען ניטאמאל מסביר זיין. אז מען וויל זאגן אז איינער איז א שוטה זאגט מען ער איז א פאפאנער. מען זאגט נאך פון יארמער רב, אז איינער האט אים געבעטן אז ער זאל זאגן א גוט ווארט, זאגט ער "ברוינפן" - זאגט אים יענער, "איך וויל הערן עפעס א דזשאוק" - ענטפערט יארמער רב "פאפא".
פאפא איז געווארן דער ממלא מקום פון דער באקאנטער "חעלעם", א סימבאל פאר טפשות און נארישקייט. עס איז ארויפגעלייגט געווארן אויף זיי א סטיגמא פון טפשות און בהימישקייט. פיל ניגונים ווערן געזינגען דורך אונזערע קינדערלעך אלס לצנות פאר פאפא, און די עלטערע שטייען און שמייכלען מיט הנאה, קיינעם פאלט ניטאמאל ביי צו זאגן "יונגעלע, מען טאר נישט חוזק מאכן..." - אמער, פון זיי מעג מען דאך, ווייל זיי זענען... פאפענער. אויב וועסטו שמועסן מיט א ביזנעסמאן און ער וועט דיר אויסקוקן ווי א קלוגע מענטש, פלוצלינג וועסטו הערן אז ער איז א פאפא'נער, וועסטו פלוצלינג באקומען אן אנדערן בליק אויף אים - ער איז דאך א פאפענער, נע, ער ווייסט נישט וואס ער רעדט... וויפיל ווערטליך האט איר שוין צוזאמענגעהערט אין אייער לעבן אויף פאפא? - אלע לשון-הרע דרשות און משמורות איז אויף זיי נישט געזאגט געווארן, זיי זענען דאך פאפא, אויף זיי מעג מען רעדן... מען האט געוואלט שיסן זייער שמש אין מח, נאך וואס מען האט געפינען ר' יחזקאל שמש געשאסן, אבער ער האט נישט קיין מח, וכו' וכו'.
פארוואס איז פאפא געווארן דאס לצנות פון שטעטל? - וואס האבן זיי זיך פארזינדיגט פאר די וועלט? - זענען זיי דען נישט אזוי ווי יעדע חסידות, א רבי מיט חסידים, פירט טיש זינגט ניגונים... כ'מיין, זענען זיי אזוי ווייט משוגע ווי מען מאכט זיי? - וואספארא היתר איז דאס זיך צו אינדעקעווען אויף זייער בלוט?
דרייט זיך ארום א גאנצע קהילה, א שיינע גרויסע קהילה מיט אסאך מענטשן, און באהאלטן זיך אין די מייזן לעכער פון דאס גענאר וואס מען מאכט פון זיי. די יונגעלייטלעך שעמען זיך צו דערציילן אז זיי זענען פאפענער, און אויב זיי מוזן עס יא זאגן, בייגן זיי אראפ דעם קאפ פאר בושה. אין יעדע אנדערע חסידות האלטן זיך די יוגנט שטאלץ און גרויס מיט די חסידות און זייער רבי, און זיי מוזן נעבעך איינמאכן. א פאפענער יונגל שעמט זיך צו דערציילן פאר זיין סאטמארן חבר אז ער איז א פאפענער, בשעת דער חבר רעדט מיט שטאלץ פון סאטמאר און פונעם רבי'ן. זייט וויסן אז פאפא חסידים האבן אויך בלוט און פלייש, זיי האבן אויך הרגישים, מיינט נישט אז זיי שפירן אנדערש ווען מען טשעפעט זיי, עס באדערט זיי אויך. וואס זענען זיי שולדיג אז זיי זענען געבוירן פאפא? - קומט זיך זיי מיתה דערפאר? - זיי זענען פאפא. דעטס איט.
אז מען פרעגט מיר, עס איז יעצט חודש אלול, אלע רבנים זאגן דרשות וואס מען דארף מתקן זיין אויף די וועלט און וואס מען דארף טון פאר תשובה און תיקון המעשים. די תשובה ליגט אונטער אייער נאז... דא אין שטאט איז פאראן א קהילה וועמען די שטאט לייט דיסקרימענירן. מען דארף מעורר זיין דעם קהל, אז אויב מען זעט א פאפענער חסיד, זאל מען אים מחזק זיין און זאגן אז ער טוט גוט, ער איז א פאפענער, איז וואס? - אים זאגן אביסל דברי חיזוק און מקרב זיין די פאפענער חסידים. די רבנים דארפן רעדן דערוועגן און זאגן אז מען טאר נישט טשעפענען פאפער חסידים און אז זיי זענען מענטשן פונקט ווי יעדער איינער.
און פאר די פאפער חסידים: הייבט אויף אייערע קעפ, שעמט אייך נישט, קומט ארויס און זאגט הויך "מיר זענען פאפענע חסידים" - איר דארפט אייך נישט שעמען, טראגט דעם פאפא פאן מיט שטאלץ, וואו איר גייט און שטייט, שרייט אויס און מאכט זיכער אז מען זאל וויסן אז איר זענט פאפא און איר זענט שטאלץ דערמיט. הויבט אויף אייערע פענער און לאזט אייך הערן.