בלאט 1 פון 1

נייע סידי: 'על המזון'

נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 1:51 pm
דורך מ. גליקמאן
כ'גלייב אז רוב עולם דא האט שוין געהערט פון די סידי 'אמן ואמן' וואס איז ארויסגעקומען אפאר יאר צירוק דורך די וועד מורא מקדש- א וועד וואס גיבט זיך אפ צו פארשפרייטן דאס ענין פון די גרויסקייט פון ענטפערן אמן, און נישט רעדן ביים דאווענען.
יענע סידי איז געווען (עט-ליעסט אין מיינע אויגן) א היט פון א סידי. אנגעהויבן פון די ניגונים און געענדיגט ביי די זינגערס און די גראמען אינצווישן. אלעס איז געווען עפעס אזוי הארציג און פראפעסיענעל אראפגעלייגט אז מען האט זיך געקענט באלעקן די פינגער'ס.
אינצווישן האבן זיי ארויסגעגעבן די סידי אויך אין א ספירה ווערסיע אן א מוזיק, און אזוי אויך אין א ענגלישע ווערסיע, ס'הייסט די זעלבע ניגונים נאר אפגעזינגען אין ענגליש.

די לעצטע שטיק צייט זענען כסדר געווען באריכטן אז די וועד ארבעט אויף א פרישע פראיעקט, און דאס איז איבער די גרויסקייט פון ברכת המזון.
איינע פון די זאכן וואס זיי האבן געטוהן איז געווען צו פארשפרייטן אזאלכע 'בענטשערלעך' אין די רעסטוראנטן אז מענטשען זאלן קענען בענטשען פון אינעווייניג וואס איז א סגולה פאר פרנסה ווי באקאנט.
און פונקט ווי ביי די פריערדיגע 'אמן' פראיעקט האט די וועד ארויסגעגבן א סידי וואס האט מעורר געווען זייער אסאך אידן, האט די וועד געמאלדן אז דאסמאל וועלן זיי אויך ארויסקומען מיט אזא סידי.

נעכטן איז געקומען א מעלדונג אז די סידי שטייט שוין אין די סאמע לעצטע פאזעס און וועט שוין זיין צובאקומען אין די געשעפטן אויף זונטאג פרשת כי תבא בעזר השם.
די סידי וועט ענהאלטן זעקס טרעקס און צען ניגונים. (יעדע טרעק האט אפאר ניגונים)
די זינגערס וועלן זיין דער באוויסטער גראמער ר' וועלוול פעלדמאן ני'ו, ר' מאטי אילאוויטש ני'ו, ר' שלומי דאסקאל ני'ו, ר' שראגי געשטעטנער ני'ו, ר' מושי אייזענבערג ני'ו, און עפעס א נייע ילד הפלא 'פנחס מסרנו'.
איינע פון די ניגונים גייט זיין די באקאנטע בענטשען ניגון וואס ווערט געזונגען ביי זייער אסאך תינוקות של בית רבן. (אן איידיע וואס איך גלייך זייער שטארק.)
מוזיק איז געמאכט דורך ישראל לאם און חזקי ברויער.
אויך קומט ארויס א פראמאושען קליפ דורך אן טיים סטודיאס וואס זיי זאגן אז עס איז מורא'דיג אינטערסאנט.

בלייבט נאר איבער צו ווינטשן פאר די וועד אז זיי זאלן ווייטער מצליח זיין און קענען אנגיין מיט זייער הייליגע ארבעט מיט הרחבת הדעת.

אינפארמאציע גענומען פוןדא.
די קאווער.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 2:58 pm
דורך מ. גליקמאן
א פריוויוא פונעם סידי. (קרעדיט: צייטליך פון איי וועלט.)
https://www.copy.com/s/ExqhAcmfVZPzasml ... Shoert.mp3

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 7:45 pm
דורך [NAMELESS]
איך קען נישט פארנעמען דעי סטייל טעיפ'ס. ווען איך וויל הערן מוזיק וויל איך קענען בארוהיגן מיין מח, און נישט הערן פרעדיגעראציעס איבער הייליגע זאכן.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 8:27 pm
דורך סאשי פיש
די צעטלעך

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 9:18 pm
דורך מ. גליקמאן
ראשעקאל האט געשריבן:איך קען נישט פארנעמען דעי סטייל טעיפ'ס. ווען איך וויל הערן מוזיק וויל איך קענען בארוהיגן מיין מח, און נישט הערן פרעדיגעראציעס איבער הייליגע זאכן.

אז די מוזיק איז שיין, און דער זינגער איז שיין מאכט דיר נערוועז אז די נושא איז איבער אזא מין ענין?
אויב יא קענסטו זאגן די זעלבע זאך אויף רוב אידישע ניגונים. מיכאל שניצלער'ס אידישע ניגונים זענען מעורר אויף עפעס, און נישט נאר זיין, נאר רוב זינגער'ס וואס זינגען א אידישע ניגון זענען זיי מעורר אויף עפעס.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 1:14 am
דורך [NAMELESS]
ס'א חילוק ווען א ניגון האט א "מעסעזש" און ווען עס "פרעדיגט"

נשלח: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 9:46 am
דורך אבי גערעדט
קוקט אויס צו זיין גאר שיין, איך גלייך זייער די ניגונים אויסוואל, ווען דארף עס צו זיין אינדרויסן?

נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 3:36 am
דורך טעפל
ראשעקאל האט געשריבן:איך קען נישט פארנעמען דעי סטייל טעיפ'ס. ווען איך וויל הערן מוזיק וויל איך קענען בארוהיגן מיין מח, און נישט הערן פרעדיגעראציעס איבער הייליגע זאכן.

ס'איז טאקע נישט פאר דיר, נאר פאר דיינע קינדער..

נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 7:17 pm
דורך מנשה לוסטיג
ס'קומט נישט צו, צו 'אמן ואמן'
פארוואס? איז שוין דא עטליכע הסברים.
אבער ס'איז פאר זיך א גוטע זאך, און א נישקשה'דיגע סידי מן השורה

נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 1:12 pm
דורך מ. גליקמאן
די פראמאשען קליפ.
http://t.co/6zhoxrQMDK

נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2014 10:25 pm
דורך אפטעמיסט
ווייסט איינער וואו איך קען דאונלאודן דעם נייע ברכת המזון סידי?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 24, 2022 6:51 pm
דורך פויגל מילעך
אפטעמיסט האט געשריבן:ווייסט איינער וואו איך קען דאונלאודן דעם נייע ברכת המזון סידי?
http://www.umeinvumein.com/al_hamazon.php

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 8:26 pm
דורך מרדכי מרדכי
פויגל מילעך האט געשריבן:
אפטעמיסט האט געשריבן:ווייסט איינער וואו איך קען דאונלאודן דעם נייע ברכת המזון סידי?
http://www.umeinvumein.com/al_hamazon.php
נאנט צו 9 יאר נאך וואס איינער האט עס געבעטן. Wow.