בלאט 1 פון 1

חזקיהו המלך'ס קאנספיראציע קאנפירמאציע...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 7:51 pm
דורך I'm back
היות עס זענען דא מערערער קאנספיראציעס וואס אונז ווייסן נישט דערוועגן, האבן מיר דא א חשובע ניק, וואס פון זיין שרייבן, זעט מען זיין ערליכקייט, און די פחד וואס ער האט פאר אן עבירה, איז ווי די פחד פון א פיש חודש אלול.

עס זענען דא אין יעדער איינעם'ס קאפ ספיקות בנוגע געוויסע געשעענישן, צו עס איז נישט קיין קאנספיראציע. די ספיקות קענען זיך אריינכאפן ביי קליינע זאכן, פונקט ווי גרויסע.

איך וויל דא געבן א פלאטפארמע פאר אונזערע הויכגעשעצטע [tag]חזקיהו המלך[/tag], אז ווען איינער דא האט א ספק וועגן עפעס, זאל ער אנפרעגן דא אין די אשכול, און האפענטליך וועט אדוני המלך אונז געבן א צופרידענשטעלנדע תירוץ, לויט ווי ער שאצט עס אפ, און לויט ווי די צייט ערלויבט.