בלאט 1 פון 1

משנה ברורה vs קיצור שו"ע vs חיי אדם vs שו"ע הרב

נשלח: מיטוואך אוגוסט 07, 2013 11:45 pm
דורך זר זהב
מ'וויל מאכן א שיעור אין איינע פון די אויבענדערמאנטע הלכה ספרים, וועלכע וואלט דער עולם דא רעקאמענדירט עקסקלוסיווילי? און וואס איז די בעיסיק חילוקים צווישן די? אחוץ וואס די פסקים זענען זיכער אנדערש איינס פון אנדערן , דאכט זיך דער חיי אדם איז זייער מחמיר.

אין א נאטשעל. לאמיר נעמען 3 אינגעלייט וואס הייבן אן פון סקרעטש, אלע האבן זיי דעם זעלבן איי קיו, אלע מיט די זעלבע כשרונות. קיינער פון זיי קען נישט (אדער יעדער קען אייניג יא) מאכן קל וחומר'ס, מדמה זיין מילתא למילתא אד"ג און איר גיט פאר יעדן פון זיי איינע פון די ספרים. און זיי לערנען עס גוט אדורך, איינער משנה ברורה, איינער קיצור, איינער חיי, איינער שו"ע הרב. ווער קומט ארויס מער דיין מאטריאל צו קענען פסק'נען אזוי ווי מ'דארף? (אזוי ווי א מורה הוראה וואלט טאקע למעשה גע'פסקט)

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 12:05 am
דורך דעת תורה
משנה ברורה איז אינו דומה בכלל צו די אנדערע חיבורים. לכאורה די מערסטע היקף האט מען פון לערנען משנה ברורה, אבער עס פארט נישט אזו סמוד ווי די אנדערע ספרים. לעומת זה קלאר ארויסהאבן בפרטיות ובטוב טעם די שיטות וואס דער מחבר האט בוחר געווען צו ברענגען, איז לכאורה תניא די בעסטע. קיצור שו"ע איז כשמו כן הוא, א קיצור, און חיי אדם - וועלכע איז לויט די חסיד'ישע לעגענדע געווען די מתנגד'ישע ענטפער צום שו"ע הרב - קומט ווייט נישט צו צום שוע"ר.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 12:06 am
דורך סאשי פיש
איך פלעג לערנען קיצור שלחן ערוך זייער באטאמעט גרינג צו פארשטיין
משנה ברורה דארפסטו האלטען אין איין אראפקוקען און ארויפקוקען פון די מחבר צו די משנה ברורה.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 12:12 am
דורך [NAMELESS]
לא זו ולא זו, לערן ערוך השלחן, מתוק מדבש, מקיף ומעמיק.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 12:13 am
דורך זר זהב
יעצט באדעם ליין וועלכע וואלסטע רעקאמענדעט ?

קופער האקט. אקעי ערוך השולחן, אבער אויב איז ערוך נישט א ברירה וועלכע רעקאמענטיר? און פארוואס איז ערוך השולחן נישט אזוי פאפולער ביי אונז היימישע לערנערס?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 12:21 am
דורך דעת תורה
על טעם וריח אין להתווכח, אבער עס איז נישט אינגאנצן אזוי, ערוך השולחן קען מאריך זיין במקום שאמרו לקצר, ווידמען גאנצעטע סעיפים צו פארענטפערן א קושיא וואס אים באדערט אין די גמרא, (אבער פארן לומד וועט עס נישט בהכרח באדערן, ספעציעל אויב איז ער נישט אויסגעקאכט אין די סוגיא, און צומאל אפילו אויב יא). למעשה קען מען דאך נישט ענטפערן אלע שוועריגקייטן, עטליעסט נישט אין דעם פארמאט, סאו איז עס אביסל נישט אהער נישט אהין. עס וואלט לכאורה בעסער געווען ווען ער טוט ווי דעם תניא און מ"ב, צו מאכן א עקסטערע מדור פאר בירורי הלכה.

(דאס איז אן אריין גיין אינעם נקודה פון מכוון זיין צום פינטל, כמה פעמים זעט מען אז זיין יסודות'דיגע הבנה אין נושאים איז נישט עולה בקנה אחד מיט דעם קאנצעזוס פון די ראשונים ואחרונים אין די סוגיא. - לפחות כך נ"ל. אשמח לשמוע אם אחרים גם הבחינו בכך).

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 12:22 am
דורך קאווע טרינקער
אויף צו קענען הלכות וואס זענען נוגע היינט? קיין איינע פון די זענען נישט געמאכט פאר דעם.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 12:22 am
דורך [NAMELESS]
שו" ע הגרש" ז איז מעמיק ומקצר. משנה ברורה איז מרחיב אבער איז נישט אזוי געשמאק. לעומת זה הרב בארירט נישט שאלות זמננו, הרב ועליו פסקי משנה ברורה או פסקי תשובות, און אויף הלכות שבת שמירת שבת כהלכתה איז גאר גוט

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 12:34 am
דורך גנדי
איך וואלט רעקאמענדירט שולחן ערוך הרב.

עס לערנט זיך ״סמוד״ און אויך יעדע ווארט איז עמוק און געמאסטען.

אויך ביי חסידים פסקנט מען ווי די שו״ע הרב.