בלאט 1 פון 1

יו טוב'ס פראבלעמען טוט אפעקטירן גאר אסאך נעט באנוצער'ס

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 3:24 am
דורך זר זהב
עטליכע האבן זיך שוין דא אפגערעדט אז זיי קענען נישט קוקן יו טוב ווידעא'ס. נישט יעדער האט באגריפן דא פונקטליך וואס ס'גייט פאר. [tag]אליצפן[/tag] האט געשריבן דאא פריער אז ער האט געטון אביסל ריסוירטש און דערשנאפט אז דא רעדט מען פון א גערעסערן פראבלעם און אז די אפעקטירטע דארפן מעגליך זיך איינהאנדלן נייע קאמפיוטער'ס.

האב איך שנעל א גוגעל געטון קוקן צי מ'רעדט דערפון עפעס מער יעצט. און יא, עטליכע באריכטן דעם פראבלעם. איינער דא ברענגט עס גוט ארויס פונקטליך וויאזוי דער פראבלעם קוקט אויס. איך פארשטיי אבער נישט זיין לאנגע דרשה וויאזוי ער איז דאס מסביר. טעק-סעווי [tag]געפילטע פיש[/tag] וועט מסתם עס קענען בעסער מסביר'ן. און צי איז דא לייזונג דערצו.

דאס איז דער עיקר ארטיקל וואו ער איז גוט מסביר דעם פראבלעם. Why YouTube buffers: The secret deals that make—and break—online video

Why Is YouTube Not Working For So Many Users

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 3:52 am
דורך אליצפן
די צוויי לינקס קוקן אויס ווי עפעס א ווייטער @חזקיהו המלך סטייל קאנספעראציע וואס לייגט זיך בכלל נישט אויפן שכל. פארוואס אויב די isp קאמפאניס טוען עס בדווקא ליידען נאר געוויסע מענטשן, און נישט אלע זייערע קאסטומערס? אלא מאי ס'נישט אזוי פשוט.
דער צווייטער לינק צום סוף ווארפט אריין א פאר ווערטער וועגן ad networks וואס מאכן אביסל מער סענס.
זאג מיר[tag]זר זהב[/tag] האסטו פראבירט אויף אלע וועב בראוזערס א שטייגער ווי סאפארי און אפערא?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 4:24 am
דורך זר זהב
ניין. נאר אויף קראום, מאזילא און IE

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 4:38 am
דורך אליצפן
כמיין זאלסט פרובירן אויף opera און safari, ס׳דא א שטארקע טשאנס אז ס׳וועט דארט ארבעטן. 

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 9:23 am
דורך קאווע טרינקער
אזוי נוץ איך גוגל קראם. אבער פאר יו"ט נוץ איך "e" און ב"ה ס'איז פוצה פה ומצפצף!