בלאט 1 פון 2

אייפון חסרונות...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 6:16 pm
דורך שעפטל
אזוי זיך ארומשפילענדיג מיט אן איי-פאון האב איך געזעהן היפש אסאך חסרונות:

מ׳קען נישט טוישן די בעטערי.
    וויפיל בעטערי האט שוין א נארמאלע מענטשן שפעט ביינאכט ווען ער האט א חתונה...? אפגערעדט אז כ'מיין ס'איז נישט דא קיין פארטעבל רידזשארדזשערס
די טשארדזשער איז זייער פאני מ׳דארף עס מיט שלעפן אריבעראל
    די איינציגסטע וואס זענען געבליבן חכמים און זיך נישט צוגעשטעלט צו יעצטיגן יעדעם'ס רידזשארטשער
זייער אסאך עפפס קאסטן געלט.
    אין די צייט וואס גוגל און בלעיקבערי האבן כמעט אלעס בחינם
נישטא קיין דעטע בשעת מ׳רעדט אויפן פאון.
    אפילו די נייע בלעקבערי ארבייט אלעס אלעס בשעת'ן רעדן
מ׳קען נישט שיקן מוזיק אויף וואטסעפפ.
    ס'וועט דאך הרגענען אייטונס...
וואטסעפפ איז זייער נישט שיין אויסגעשטעלט.
    ס'איז יוניק... אבער נישט פריינדליך
מוזיק קען מען נאר ארויפלייגן דורך אייטונס א העידעיק.
    ווייטער צו מאכן געלט
וואטסעפפ מעסעדזשעס דארפן זיך עקסטער דאונלאודן ווען מ׳עפנט די עפפ און אויב האט מען פונקט נישט קיין דעטע דארף מען ווארטן ביז ווילאנג מ׳האט דעטע

אלע פיקטשערס ווערן געסעיווט אין איין פאלדער ס׳קען נעמען א האלבע יאר אויפצוזיכן איין פיקטשער
    דא קומט זיך יא פעטש פארן נייען ביבי איבערצונעמען אזא חסרון
נישטא קיין. sd card
    קוקט מיר מער אויס ווי א אלד מאדישע זאך, אבער מ'דארף דאך קענען ארויסקומען מיט מער GB וועט דער עולם נישט קויפן אויב ס'דא קארטלעך

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 6:33 pm
דורך שמעקעדיג
הייליג גערעכט.

דער חורבן איז נאר אז ענדראויד גייט ליידער אין זייערע וועגן, און צעביסלעך קומען ארויס אלס מער פאונ'ס וואס מען קען נישט טוישן קיין בעטעריס און אריינלייגן SD קארטלעך, בעיקר פון HTC און מאטאראלע.
די גוטע נייעס איז אבער אז די היינטיגע באטעריען האלטן זיך מיט א 50 ביז 60% בעסער ווי די פון א יאר-צוויי צוריק, ממילא קענסטו רואיג גיין צום חתונה.

און וועגן SD קארטלעך, איז טאקע אייטונס די איינציגסטע אפציע ביי עפל, אבער די אנדערע (ב"ב, אנדרויד און מייקראסאפט) האבן אנדערע סארט קאמפעניס, מייקראסאפט נוצט פאר זייער פאון SKYDRIVE, גוגל נוצט זייער מוזיק וואו זיי לאזן יעדן אפלאודן 20 ג"ב מוזיק פאר אומזיסט, און נאכדעם קען מען קויפן סטארעדזש אדער ביי די קעריערס ווי צב"ש ווערייזאן אדער זענען דא אנדערע קאמפאניס, איי עס קאסט דאך דאטא? נו, דאס ווילן זיי דאך, אזוי מאכן זיי מער געלט.

עט ליעסט אויף אנדרויד קענסטו עס קאנעקטן צו א קאמפיוטער סימפל און סטרעיט, און עס נוצן ווי נאך א דרייוו, און אראפ/ארויף לאדענען פיילס כאוות רצונך, משא"כ ביי אייטאנס גיט ער נאר עקסעס צו בילדער און ווידעאו און מוזיק.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 7:22 pm
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:עט ליעסט אויף אנדרויד קענסטו עס קאנעקטן צו א קאמפיוטער סימפל און סטרעיט, און עס נוצן ווי נאך א דרייוו, און אראפ/ארויף לאדענען פיילס כאוות רצונך, משא"כ ביי אייטאנס גיט ער נאר עקסעס צו בילדער און ווידעאו און מוזיק.

דארפסט נישט קאננעקטען, קענסט איבער ווייפיי אויך.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 7:53 pm
דורך [NAMELESS]
שעפטעל, זאגסט אפאר גוטע זאכן, אבער א גרויסע חלק האט נאר צוטוהן מיט וואטסעפפ וואס איז נאר איין עפפ

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 8:52 pm
דורך אליצפן
נא מ'זאגט דאך אז דער וועלט איז נישט משוגע. ס'איז היינט ארויס געקומען א פרישער באריכט וואס צייגט אז קרוב צו אכציג פראצענט פון אלוועלטליכער סמארטפאון באניצער, נוצען דעם אנדראיוד סיסטעם, וגם אני הקטן בתוכם, בזמן וואס עפל האט א נישטיגער 13 פראצענט פונעם עולם וואס נוצט זיי! (געווען 16 פראצענט ביז היינט)
מען קען נישט אויספאפען די וועלט אויף אייביג. לפי ווי איך זעה דעם מצב וועט עפל לויט דעם וועג וואס זיי פירן זיך אויף, גיין אויפן זעלבען וועג ווי בלעקבערי, און ביז צען יאר וועט נישט זיין קיין זכר פון זיי.
והנלענ''ד כתבתי.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 2:05 am
דורך דעת תורה
און טראץ די אלע מעלות, און טראץ וואס בשיטה בין איך א שונא פאר עפל, איז דאך עפל די זאך, אויב זוכט מען א פאון וואס ארבעט. ביי אייפאון עקזיסטירט נישט דער מושג אז ער זאל פרירן, אפילו פאר א רגע כמימרא. מאקסימום קען א עפפ זיך געבן א לעש אויס אינמיטן נוצן. ענדרויד, - מיין איך אז - אפילו די מערסט פארגעשריטנסטע און טייערסטע פאונס, האבן נאכאלס דעם פריזער טשיפ אריין געבויט. לדעתי איז דאס גאר א וויכטיגער פאקטאר.

איך ווייס נישט צו מעק ווס. ווינדאו'ס האט אויך די מעלה, קען זיין.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 2:10 am
דורך סאשי פיש
וואס איז פשט פון דעי משוגועת אויפען אייפאון??..

נשלח: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 2:17 am
דורך אליצפן
דעת תורה האט געשריבן: ענדרויד, - מיין איך אז - אפילו די מערסט פארגעשריטנסטע און טייערסטע פאונס, האבן נאכאלס דעם פריזער טשיפ אריין געבויט. לדעתי איז דאס גאר א וויכטיגער פאקטאר.


איך ווייס נישט איבער וואספארא פאון דו רעדסט, אבער איך האב א סעמסאנג גאלאקסי, און עס איז נישט קיין שום פארגלייך צו אייפאון. עס פאקט איין אייפאון נישט צען מאל, נאר טויזנט מאל.
עס איז פיל מער יוזער פרענדלי, עס קראכט ''קיינמאל נישט''. מיט אייפאון האב איך געהאט גאר אסאך שלעכטער עקספעריענס הן בענין פריזן, והן אז עפפס פלעגן כסדר פלוצלונג קראכן אינמיטן העלן טאג.
והרבה יותר ממה שכתוב כאן יש כאן, ומחמת דוחק השעה קיצרתי.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 2:24 am
דורך אליצפן
סאשי פיש האט געשריבן:וואס איז פשט פון דעי ''משוגעת'' אויפען אייפאון??..

[tag]סאשי פיש[/tag] שאלת חכם חצי תשובה, עפל איז איין שטיק כל כולו משוגעת.
און לגוף הענין איז זייער וויכטיג אויסצולעשן דעם אויטא קארעק פונקציע אויפן אייפאון, עס מאכט אוסטערליש שטארק נערוועז.
אויב איז דיין כלי תפיסה געבראכן קענסטו אינסטאלירן א tweak פון סידיע וואס הייסט
manual correct, און עס גיבט דיך די אפציע צו דו ווילסט פאררעכטן אדער נישט ביי יעדער ווארט עקסטער, משא''כ עפל אדער פאררעכטן זיי אוטאמאטיש אדער לאזן זיי דיך מיט אלע טעותים.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 2:40 am
דורך דעת תורה
איל האב נישט אליינס געהאט קיין ענדרויד פאון איך זאל קענען זאגן אויף זיכער, אבער דאס איז וואס כ'האב געהערט פון אנדערע, טאקע אויפן גאלאקסי עס טרי. אויב זאגסטו אז דו האסט א אנדערע עקספיריענס, זייער מעגליך.

בנוגע אייפאון פריזן, דאס איז א זאך וואס איך קען יא פערזענליך, און יו קענט בי מאר ראנג, אמווייניגסטנס כלפי דעם אייפאון 5. צומאכן עפס אינמיטן? דאס יא, אמאל אמאל, ווי געשריבן פריער.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 2:53 am
דורך אליצפן
איך האב קיינמאל נישט געהאט דעם אייפאון 5 מילא ווייס איך נישט. אבער מיטן 4 און מיטן אייפאד טאטש האב איך געהאט גאר שלעכטער איבערלעבענישן.
כ'ווייס אז ביים אייפאון 5 האבן זיי געדאפלט דעם פראסעסאר קעפעסיטי (cpu) און די אינטערנאל מעמארי (ram)
קען זיין אז דאס האט עס געמאכט אסאך בעסער.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 8:36 am
דורך שמעקעדיג
אליצפן, איך בין ווייט פון א עפל פען, אבער דו האסט מסתמא איינגעהאנדלט א לעמאן. אין אלגעמיין זענען עפל טעלעפאנען מער רעלייעבל ווי דעת תורה שרייבט, און פריזט כמעט נישט. מיט דעם פרט זענען זיי בעסער פון אנדרויד, און אפילו זייערע קריטיקירער זענען דאס מודה.

מען טאר נישט זיין צו שטארק איינזייטיג.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 9:33 am
דורך אבי גערעדט
וויבאלד ענדרויד אפערעיטינג סיסטעם לויפט אויף צענדליגער סארט דעווייסעס, לאזט זיך גרינג זאגן אז זייער סאפטווער פריזט, אבער ווי איינער האט שוין פריער ערווענט, די פאקט איז אז ענדרויד פריזט נישט, פינטל. יא עס איז דא שוואכע ביליגע דעווייסעס, אט די דעווייסעס פריזן נישט די סאפטווער, אלע לעצטע הויעך פארגעשריטענע ענדראוד פאונס א שטייגער ווי דער גאלאקסי אדער HTC one פריזן קיינמאל נישט

נשלח: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 9:38 am
דורך געפילטע פיש
כ'האב שוין געזען אייפאונס אויך פרירן, פרעג דיך נאך ביי די העווי אייפאון יוזערס, וואס נוצן עס פאר מער ווי בלויז פאון טעקסט און אימעיל.
און ווען דו גלייכסט עס צו צו ענדרויד, גלייך עס נישט צו צו די ביליגע פאונס, נאר צו די טאפ אוו די ליין פאונס וואס גייען פאר די זעלבע פרייז ווי די אייפאון.

---
אבי האקט, גערעכט, ווי אויך איז די אפראוואל פראסעס פאר א עפפ סאך שטרענגער ביי עפל.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 3:57 pm
דורך אךשמח
נישט פארגעסן די שטארקע מעלה וואס אייפאון האט איבער די אנדערע סעלפאונס, און וואס די חכמי עפל האבן פארשטאנען אז מען ברויך נישט מער ווי א טאג צוויי פון די קאל לאגס...

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 11:20 pm
דורך פיש כאפער
די קאמפעני Chevrolet האט געמאכט א commercial ווען, מיט א רחיים של יד פענסטער, די קאמפעני האט געשריבן איבער דעם, אז עס קאסט זיי מער ווי די automatic פענסטער, אבער דאס האט א שוואכערע שאנס זיך צו צוברעכן, ממילא נעמט אין קאנסידירעשיאן אז apple איז די איינציגסטע phone וואס פריזט נישט... וד״ל

קורץ און שארף: אלע אייפאון חסרונות

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 10:36 pm
דורך אברמי פון בארא פארק
[left]I miss my Android.

I miss Swyping
I miss free music
I miss my little widgets
I miss replacing a dying battery
I miss everything seamlessly synced
I miss uTorrentz
I miss reading books free of charge
I miss being notified of tasks an schedules right on home screen
I miss weather prediction accuracy
I miss Kahn Academy App downloads
I miss an alarm clock loud enough to wake me in the morning
I miss viewing websites properly
I miss editing features on camera
I miss the ability to find and access any file
I miss spellvhecl.
I miss going to settings to change something, instead of downloading another Cydia package every five seconds
I miss being reminded not to procrastinate.
I miss the Open Source situation aka FREE APPS (need I say more??)
I miss Google Play Music
and bookmarks
and Google Maps
and Adobe Flash
and shortcuts
and Playstore
and ringtones
and documents
and flicking the thingy when unlocking the screen
and face recognition
and custom keyboards and
I miss custom EVERYTHING
I miss my Android...

I hate my iPhone

באקומען אויף וואצעפ[/left]

חסרונות פון וואטסעפפ

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 11:16 pm
דורך פרישער
זיי לייגען נישט זייערע קליפס נאר אויפן דיווייס מען קען נישט לייגן אויפן עסדי קארטל, ממילא ווערן די דעווייסעס אנגעפילט ביז פיל זייער שנעל.

זיי טיען נישט פילטערן אויב מען באקימט שוין דעים קליפ דאס טויזענצטער מאל

ווען מען דיליט דעים קליפ וואס מען האט באקימען ס'הינדערצטער מאל טיט עס נישט דיליטן דעים קליפה, מען מיז גיין אינעם פאלדער ווי עס ווערט געכאדעוועט און דארטן דיליטן, און יעדעס מאל וואס מיט באקימט בעלזע רעבעצן ווינטשען לחיים, מיז מען עס עקסטער דיליטן.

מען קען נישט פאזן אז איך וויל איצט נעמען א ברעיק פאר א וואך, די קליפס וועלן קימען על אפי ועל חלומתי.

מען קען נאר שיקן קלענערע קליפס נישט קיין לאנגע דרשות, אפשר א מעלה

מען קען נישט סעיוון א פייל אדער א פיקטשער מיט א נאמען.

ועוד כמה וכמה אפגרעידס וואס מען קען וועין מאכען

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 10:24 am
דורך ברעט מענינג
איינער ווייסט עפעס מער דיטעילס איבער די געלעקסי עס טרי מיני?
עס האט פראבלעמען? פריזט? איך קען אריין לייגען א 64gb micro sd? עס איז פינקט אזוי ווי די געהעריגע עס טרי?

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 2:04 pm
דורך George
איינער ווייסט עפעס מער אינפראמעישאן וועגן די אייפאון 6?

אומאפציעל הייסט עס אז מ'רעדט פון ארויס קומען קומענדיגען פאהל(הערבסט בלע"ז). די שאלה איז צו זיי גייען עפעס מאכען זאכליכע טוישונגען, אדער ווייטער זיך אנהאלטען צו זייער עקשנות'דיגע/געצוימטע סטייל.

איך פאר מיר וואלט שוין לאנג געטוישט צו אן אייפאון ווען נישט זייערע פאר נערישע לימיטעישאנס ווי SD Cards און file format restrictions

אין א גרויס חלק פון די נייערער ענדרויד פאונס קען מען שוין נוצן דעם אינטערנעט אפילו ווען מען רעדט אויפן פאון, עפל וואלט עס ווען שטארק געמעגט קאנסידערען פאר זייער נעקסטען טעלעפאן.

איז דא נאך איינער וואס האלט דא אז עפל איז א רעליגיע?

זיי האבן אויפגעבויעט א בעיס פון מיליאנען פענס וואס נישט קיין חילוק וואס דער פראדוקט איז, שטייט מען אין די ליינס עס צו קויפן.

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 2:14 pm
דורך ישמעאל הכהן
זיי זאגן אז ס'גייט זיין א גרעסערע סקרין

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 2:26 pm
דורך ברעט מענינג
די סייז גייט זיין די זעלבע ווי ביז איצט, אבער די סקרין גייט זיין edge to edge

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 2:28 pm
דורך ישמעאל הכהן
יא, און אויכעט דינער. ערגעץ איז דא א קליפ דערפון