בלאט 1 פון 1
פרישע מאכלים/נאשערייען אויף די מארקעט מינים ממינים שונים
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 7:01 pm
דורך זר זהב
געזען יעצט אין געשעפט א פרישע נאשעריי ב"ה. דא קען יעדער צולייגן בילדער און איפראמאציע ווען ער זעהט עפעס פריש אויפן שעלוו.
רויטע פעקל טוויסטערס

- download (3).jpg (6.57 KiB) געזען געווארן 1902 מאל
דאס איז שוין געווען ענליך אמאל אין די גראסעריס מיט'ן נאמען twosomes גרינע און רויטע גן עדן סאפט קענדיס. יעצט איז עס אין א נייע פעקעדזש

- download (4).jpg (6.56 KiB) געזען געווארן 1902 מאל
ביידע האבן יאקע הכשר (?...)
כי לא על הלחם לבדו יחיה האדם!
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 7:40 pm
דורך [NAMELESS]
יוי איז דאס זיס...
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 9:29 pm
דורך מ. גליקמאן
די דזשעלי רענדזשער'ס איז נישט ממש די זעלבע ווי די אלטע (וואס איז נאך אלץ דא), עס איז אביסל אנדערש אין טעם-פיל בעסער, און עס קוקט אויך אויס א טראפ אנדערש.
ביידע זענען דא צו ריפלעיסן דעם אזוי באליבטן 'טווערפס' וואס וועט זיי קיינמאל נישט גיין. אין מיינע אויגן איז דאס אויפהערן מאכן די טווערפס געווען טוויזלער'ס גרעסטע מיסטעיק. (שוין, פארדעם ארבעט איך נישט ביי זיי..)
יעצט וועגן די הכשר איז אזוי, די נאש ווערן געמאכט ביי א גוי'שע פירמע 'טוויזלערס' און די היימישע פירמע'ס קויפן עס אפ פון זיי, און זיי שיקן אראפ זייער הכשר ביים עס מאכן, (אדער פארלאזן זיי זיך אויף OU.) און זיי קלעבן ארויף זייער סטיקער דערויף.
ממילא לכאורה קומט עס אין אסאך השגחות נאר דו האסט געזעהן יאקע.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 9:32 pm
דורך זר זהב
איך מיין אז נאר יאקע געט השגחות אויף די סארט נאשערייען וואס ווערן געמאכט ביים גוי. ס'נישט דאס ערשטע מאל. און יא, כאב טאקע געמיינט די טווערספ, זיך נישט געקענט דערמאנען.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 9:34 pm
דורך מ. גליקמאן
די טווערפס מיט די אסעם-טאסעם'ס האבן זיכער געהאט אסאך השגחות, יעדע פירמע האט געהאט זייער אייגענע, יעצט ווייסעך אבער נישט.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 11:41 pm
דורך זר זהב
גאלדען פלאו האט געזען אז ס'ווערט באארררררינג... זענען זיי ארויסגעקומען מיט צוויי נייע גוטע דזשוסען. כ'זאג גוטע, ווייל אנדערש פון זייערע דשוס "ארענדזש/פעשען/מענגא" וועלכער איז נישט אזוי פאפולער, האבן די צוויי נייע דזשוס'ן נישט קיין חזעריי ווי דער שעדליכער 'קארן סיראפ' אד"ג. די 2 נייע געטראנקען האבן אין זיך בלויז געזונטע נאטורליכע אינגרדיענטס.
טרונקט 'געזונטערהייט'
-------
מיט דעם ענדיג איך נאך איינס אינעם סעריע פון 'כי לא על הלחם לבדו יחיה האדם'

- photo (7).jpg (183.4 KiB) געזען געווארן 1630 מאל
נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 11:43 pm
דורך זר זהב
און פאר מיין אפיניאן? ביידע זענען גוט, די קרענבערי איז מער זיסער. דער אנדערער האט אביסעלע א ציפעדיגן ענד-טעיסט
נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 11:43 pm
דורך מ. גליקמאן
איז עס נישט אלטע דזשוס׳ן מיט נייע פעקעדזשינג?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 11:44 pm
דורך זר זהב
ניין!
נשלח: מיטוואך אוגוסט 21, 2013 3:13 pm
דורך למדן
פארוואס מאכן זיי נישט א אראנדזש דזשוס אהן די חזעריי און פארוואס האבן זיי פלוצלינג אנגעהויבן מאכן פראט פאנטש אהן קארן סירופ?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 21, 2013 6:17 pm
דורך שעפטל
ווען וועלן מיר צוריקבאקומען די טשו-טשו'ס??? (Choo Choo's)
נשלח: מיטוואך אוגוסט 21, 2013 8:59 pm
דורך סאו וואט
איך בענק מיך נאך דער אלטע ארענדשזע פישי (מיט א פינטעל...) וואסער, פונעם פירמע דזשעי דזשעי.
דער קליינע ארענדזשע באקס. ווייסט איינער פון וואס איך רעד?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 12:02 am
דורך סאשי פיש
עס איז דא מוסדות וואס געבען עס נאך פאר די קינדער
סא מסתמה מאכט מען עס נאך נאר מען פארקויפט עס נישט געהעריג אין די געשעפטען
אבער א גאנצע קעסטעל קענסטו באשטעלען
Re: פרישע מאכלים/נאשערייען אויף די מארקעט מינים ממינים שונים
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 4:42 pm
דורך יואב
אויב מיינט איר אז א טשאקאלאד טשיפ קוקי פון אסטרייכער איז אדיקטיוו, דאן זייט מוחל און פארזוכט די פרישע סחורה פון רייזמאנ'ס. דער קוקי כשלעצמו איז א soft סארט, און אין דעם תוך ליגט באגראבן א נאכמער צארט-ווייכע פאדש, וטעמו כצפיחית פיינע-פריקען-נייעס.
איך ווייס נישט צי ס'איז טאקע אזוי גן-עדנ'דיק, אדער פשוט ווען ס'כאפט א הונגער אטאקע באישון לילה קען פלאקס מיט געטריקענטע לאקשן אויך זיין גוט. כ'האב אבער אראפגעווישט דורכאויס דער נאכט א גאנץ פעקל; נישט ממש בבת אחת אבער אויך נישט אזוי בסירוגין. געמאכט דעם מזונות ווען ס'בייבי האט זיך צעזינגען צום ערשטן מאל, און דער על המחיה היה מרחפת בחלומי ביז נאך מקבל זיין עול מלכות שמים ארום דער צייט וואס די בני מלכים האבן שוין געפרישטאגט אין גרויסן.
נאט אייך א בילד. איך מיין אז ס'איז חדשים לבקרים, אפשר באצירט דאס שוין טאקע די פאליצעס פאר א לענגערער צייט און איך קום דא אריין בבחינת גוט-מארגן-אמעריקע.
Re: פרישע מאכלים/נאשערייען אויף די מארקעט מינים ממינים שונים
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 4:55 pm
דורך שמערל
פון די איינציגסטע מאכלים אין געשעפט וואס האבן נאך די שעדליכע טראנץ פעטס, און טאקע א הויעכע דאזע.
כ'פארשטיי נישט די שכל פון א קאמפאני וואס אינוועסטירט אין א נייע מאכל, וואס גייט בקרוב ווערן אומלעגאל.
Re: פרישע מאכלים/נאשערייען אויף די מארקעט מינים ממינים שונים
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 5:09 pm
דורך יואב
שמערל האט געשריבן:פון די איינציגסטע מאכלים אין געשעפט וואס האבן נאך די שעדליכע טראנץ פעטס, און טאקע א הויעכע דאזע.
כ'פארשטיי נישט די שכל פון א קאמפאני וואס אינוועסטירט אין א נייע מאכל, וואס גייט בקרוב ווערן אומלעגאל.
נו, די געווירצן למיניהם זענען דאך אויך אומלעגאל. וועסטו זאגן אז ס'לוינט זיך נישט צו קויפן/פארקויפן?
אפילו יאיר וואס איז נהנה פון עולם הזה קוים א מקוה'לע האלט דאך אז האדם לא נברא אלא להתענג.
Re: פרישע מאכלים/נאשערייען אויף די מארקעט מינים ממינים שונים
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 5:17 pm
דורך שמערל
די געווירצן זענען אומשעדליך פארן גוף, און געזונט פארן נשמה. זייער אומגעזעצליכקייט שטאמט פון א קולטוראלער טאבו אויף פיזישע הנאות.
ווי קומט עס צו א שטיקל פאזש קוקי? וואס ווען מר. רייזמאן איז נישט אזא אראגאנטער אידיאט קען ער ווען עס פונקט אזוי מאכן מיט פאלם אויל, אנע שום חילוק אין טעם.
Re: פרישע מאכלים/נאשערייען אויף די מארקעט מינים ממינים שונים
נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 5:20 pm
דורך שמערל
און אויב שוין יא תענוג, לאז שוין זיין א גלעזעלע וויין. [emoji12]