פאפא, איר מהות און איר אייגנארטיקייט.
נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 10:28 am
[justify]די פאפא ניקס האבן מיר ג'אישי'ט אז מען ברויך מקדיש זיין א חמין במוצאי שבת אויך לכבודם, כ'האב זיי געווארנט מיט אן אזהרה חמורה אז איך קען נישט נעמען קיין אחריות ווי אזוי דער תבשיל וועט זיך אויסקאכן, ס'מאכט זיך אמאל אן הקדיח תבשילו אויך, אבער זיי האבן מיר געלאזט וויסן אז זיי גייען איין אויפן געשעפט, זיי זענען גרייט צו נעמען א ריסק, נו, אז זיי זענען גרייט בין איך אויך.
באמת בין איך שוין שפעט אינעם בילד ווען 'לכבוד שבת קודש' און 'אדמאסוהן' האבן שוין פיין אויסגעקנעטן קהילת פאפא, פון איין זייט האט 'לכבוד שבת קודש' פרובירט מיט אלע כוחות צו צוען א פאראלעל צו כעלם, און פון די אנדערע זייט איז 'אדמאסהון' געשטאנען און געקעמפט ציין און נעגל צו באלאנסירן דעם נושא, נעמליך, אז פאפא איז נישט ערגער, אבער אויך נישט בעסער ווי יעדע אנדערע חסידות.
ואענה גם אני את חלקי, אנדערש ווי 'לכבוד שבת קודש' קוק איך נישט אן פאפא מיט א וויליאמסבורגער/סאטמארע בליק, און אנדערש ווי 'אדמאסהון' קוק איך נישט אן פאפא מיט א בייעסד אינסייד בליק, ווי איינער וואס קען נישט -- און וועט נישט -- מודה זיין אויף די נארישקייטן וואס די קהילה איז באגאנגען.
פאר א שיינע שטיק צייט צוריק, האב איך געוואוינט אויף בעדפארד עוועניו (פאר איך האב זיך אפגעטראגן פון וויליאמסבוג), פלעג איך אינדערוואכן דאווענען אין פאפא ממילא האב איך מיך באקאנט געמאכט מיט א שיינע צאל אידן דארט, און זיך באקענט אביסל מיט די חסידות פון דער נאנט.
וזה מה שעלתה בידי, בקיצור נמרץ:
פאפא איז בעצם א אויבערלאנדישע קהילה וואס האט מיסודו נישט קיין שייכות מיט קיין חסידות. פאפא איז זייער ענליך צו צעהלים און וויען. די קהילה האט געהאט א גרויסע רב דער בעל ויחי יוסף, א פוסק און א ירא חטא און אלעס וואלט געווען כשר וישר ווען זיי וואלטן נישט סטיגמעטייזד געווען פאר קיין נארנים. זיי וואלטן נישט לעבעלעזירט געווארן אלץ טפשים און כעלעמער ווען נישט... ווען נישט זיי מאכן זייער לעבנ'ס מיסטעיק.
דהיינו?
פאפא'ס מיסטעק איז געווען אז עס האט זיך פארגליסט פאר אפאר אירע דארט צו מאכן א חסידות פון א אונגארישע קהילה, און יא דאס איז א גרויס ליצנות (פארוואס ביי סאטמאר איז עס נישט געווארן קיין ליצנות איז געווען ווייל האדמו"ר רבינו יואל איז יא געווען געקנעטן פון אדמו"רת טייג ועוד כמה טעמים אחרים). אנשטאט זיך צו האלטן ביים אריגינעלן מהלך פונעם קהילה רב דיין וכו' איז עס געווארן אן אדמו"ר חסידים פארענטשעס און שריים, און דאס שאפט געלעכטער, און גלייבטס מיר, ווען דער שאפראנער זאל עס טוען בימים ההם אדער אפילו דער צעהלימער וואלט זיך גענומען טיילן שריים ביי שלש סעודות, און זיינע צוואנציג מענטשן וואלטן געטאנצען אויף פארענטשעס וואלט עס געווען די זעלבע ליצנות.
יעצט בנוגע דער פערסאנאליטי און מהות פון דעם דורכשניטליכן פאפענער ווערסעס דעם דורך שניטליכן סאטמארער און דער פאפאנער ווערסעס אנדערע חסידות'ער איז אזוי:
דער פאפא ווערסעס סאטמאר (און אנדערע חסידות)
ס'איז נישטא וואס צו רעדן, א דורכשניטליכען סאטמארער איז מער אויסגעקאכט אין אין "עניני ליצנות און אין עניני תכסיסי מלחמה" ווי דער דורכשניטליכן פאפאנער. און די סיבה איז זייער פשוט, אין סאטמאר ווערט מען נתחנך צו לוחם זיין מלחמות כמו שהארכתי באשכול אחר, און ממילא זענען זיי מלומדי מלחמה, זיי ווערן אויסגעריבן און תכסיסי מלחמה פון יונגווארג אן, און אין איינוועגס לערנען זיי זיך צו נאך אפאר טאלאנטן. זיי לערנען זיך צו דעם טאלאנט ווי אזוי צו טרייבן ליצנות פון א צווייטן, דעם פאך פון פירן דעבאטעס דורך טרייבן שפאס פונעם קעגענער און בכלל דעם גאנצן צינישען ציגאנג צו אלעס און אלעמען, און יא, א פאפאנער סטענדס- נא -טשענס צו געווינען און ארויסקומען א זיגער ביי סיי וועלכע דעבאטע מיט א קאלעגע זיינס גלייכן פון סאטמאר (אויסנאם פעלער איז אייביג דא), [אבער נישט ווייל דער סאטמארער האט בעסער ארויס, אדער ער פארשטייט בעסער די נושא, אדרבה, אפשר גאר פארקערט בשעת דער לעצטער וועט זיין ביזי צו טרעפן די ווערטל אפצו'חוזק'ן פון יענעמ'ס צד, וועט צומאל דער פאפנער פון זיין זייט פרובירן אפלערנען דעם נושא גרינטליך מיט לאגיק, אבער ווי זאגט דער וועלט : בויכוח אל תהי צודק תהיה חכם"].
אבער, און דא קומט א גרויסן אבער -
און אלע אנדערע ענינים זענען די פאפאנער פונקט אזעלעכע חכמים ווי די סאטמארער. די זעלבע תלמידי חכמים, די זעלבע ביזנעס לייט, די זעלבע פאליטיקאנטן, די זעלבע פארשטייערס, און די זעלבע אלצווייסערס. נאכמער, ווען איר בייסט אריין אין א פאפאנער אויפגעקלערטער, איז ממש א מחיה צו פארברענגן מיט אים. ער האט נישט קיין שום גבולים וואס מאכט די שמועס אומבא'טעמ'ט. ער האט נישט קיין פראבלעם נישט מיט קיין רבי זכרונו לברכה, נישט מיט קיין סיגעטער גזע און אויך נישט מיטן דרך החתם סופר פון התבדלות, א קיצור ער האט נישט קיין שום בלאקדזשעס ער איז אפען צו פירן אן אויפריכטיגע שמועס אין יעדע נושא, און איר ברויכט נישט מורא האבן אז ער וועט זיך אנשטאלפערן אין א נושא ווי ער וועט זיין בלינד און בייעסד נאך פאר איר האט אנגעפאנגן דעם שמועס, און אין דעם הינזיכט איז ער מער אויפגעקלערט און אפענמיינדעד ווי עני אנדערע דורכשניטליכער חסיד אינקלאדינג חב"ד אדער קלוזענבורג (ביודעי ומכירי קאאמינא).
לאמיך מיך מסביר זיין וואס איך מיין, און יעדער וויכוח וואס איר פירט מיט סיי וועמען און עניני דת ואמונה, תורה ומחשבה וכו', זאלט איר וויסן אזוי, אויב איר זענט מצליח ארויף צוברענגן דעם שמועס ביזן רמב"ם אדערן אבן עזרא קענט איר זיין רואיג אז איר קענט מער ווייניגער דיסקוסירן סיי וועלכע נושא מיט אפענקייט און פרייהייט, למשל עיין ערך: אגדת חז"ל, שדים ורוחות, אדער אפילו די גאנץ לעצטיגע שערוריית ווי סליפיקין מיט עוועלוציע, "ישיבת חובבי תורה מיט "תורה מסיני" וכו', אלע פאנגען אן און ענדיגן מיטן רמב"ם אבן העזרא און רלב"ג. יעצט דער טיפיקעל סאטמארער (אדער עני אנדערער חסיד) איז זייער שווער ארויפצושלעפן ביז דארט, ווייל ער האט זיבן הונדרעט שטרויכלינגען אויפן וועג; ער האט א פראבלעם מיט זיין רבין; און מיט זיין רבינ'ס רבין; און מיטן הייליגען דברי חיים וכו'; און די זעלעבע איז מיט יעדער אנדערע חסיד פון א סאליד חסידות, דער בעלזער האט פראבלעמען מיטן שר שלום און דער סקווערער מיטן טשרנובל זיידע, למשל דאס אז אליהו הנביא איז געקומען פארציילן פארן הייליגער מגיד אז מען זאל אויסזאגן תהלים שבת אינדערפרי פארן דאווענען גייט פשוט נישט צוזאמען מיט רעשינעל זשודיסים. מען קען געבן אויף דעם צענדליגע דוגמאות אבער עס איז נישט דא דער פלאטץ פאר דעם אפשר און אנדערע אשכול אנ אנדערס מאל.
איך האב נאך אסאך מאריך צו זיין איבער דעם יחס וואס דער פאפער עולם האט צו זייער רבי און דער יחס וואס דער רבי האט צו זיינע חסידים אבער דאס וועל איך נישט טוען וויל עס איז נישט מעגליך צו שרייבן דערפון אן אויסלייגן דערם רבי'ן בכבודו ובעצמו אויפן טוש און עס איז נישט מיין שטייגער צו רעדן פון פערזענליכע יחידים.
נאר אזויפיל וועל איך יא זאגן אז לויט מיין אפשאצונג און עקספיריענס זענען אזויפיל ווי אכציג פראצענט נישט קיין חסידים פונעם רבי'ן און מיט דעם זענען זיי אנדערש ווי רוב חסידישע הויפן וואס עס איז כמעט נישט בנמצא אזא הויכע ציפער נישט חסידים אינערהאלב א חסידות. בימי חורפי האב איך אמאל ערנסט געקלערט צו שיקן מייט קינדער אין מוסדות פאפא ווייל דארט האבן זיי סטאטיסטיקלי די מערסטע שאנסן אויפצווואקסן נארמאלע באזעסענע מענטשם אם קיין שום אמונת טפילות און בלינדע נאכפאלגע פון א רבי'ן וואס ווייסט נישט בחייכון וביומייכון.
פאר איך ענדיג וויך איך דערמאנען נאך אזאך, וואס בן תמליון האט עס שוין דערמאנט, און דאס איז זייער שפראך אויף מודעות און צעטליך, אדמסהון האט עס פרובירט צו פארענטפערן אז מענער גלייכן צו ליינען לשון קודש אבער דער אמת איז אז עס איז נישט לשון קודש וואס באדערט דעם פרעמדן עולם ס'איז די הויכגעשפראצטע עברית וואס איז נישט אייביג און פלאטץ און רוב מאל איבערגעטריבן און נישט פראפארשענעל צום מצב און מעמד, און לדעתי איז עס א דורכגעפאלענע פראבע נאכמאכן ישראלישע סטייל געשרייבאכטץ, און הגם עס דארף ווען נישט מער ווי אפשפיגלן אביסל צו הויכע אמביציעס פון אן אינווידייאלן שרייבער טוט עס אבער מאכן א שלעכטן אימפרעישן אויפ כל הקהל (איך רעד פון א גוטע פאר יאר צוריק קען זיין היינט איז אנדערש).[/justify]