בלאט 1 פון 4
וועלעכער חסידישער ספר לערנסטו בעיון
נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 3:51 pm
דורך דבי''ר קדשו
ס'איז דא הונדעטער אדער טויזענטער חסידישע ספרים ... בכלל דארף מען וויסען וואס הייסט א חסידישער ספר . למשל דער ויגד יעקב -פאפא- וואס האט נישט געהייסען א רבי אבער א חסיד יא הייסט א חסידיש ספר אדער פין זיין זהון ויחי יוסף .
נאך אלעם ס'איז דא טויזענעטער טויזענטער חסידישע יונגעלייט . וויפיל לערנין א חסידיש ספר בכובד ראש ובעיון . נישט נאר בשעת מען זינגט לכה דודי . אדער אין מיטען דיא הויעכע שמונה עשרה .אין וויפיל פארשטייען אז דער ספר מאנט עפעס פין איהם .אז דער ספר -מחבר- רעדט ציא איהם .
נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 3:59 pm
דורך זר זהב
כ'פלעג אסאך לערנען דעם תולדות בעיון, אויך אין מאור עינים. לעצטענס קוק איך מער אין באר מנחם
נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 4:01 pm
דורך לעיקוואד
נארמאל איז כשם שאין פרצופיהם כך אין דעותיהם וכו', יעדער איינער וואס זוכט טרעפט זיך על פי רוב עפעס א ספר ווא סרעדט צו עם, יעדער תקופה לויט ווי ער האלט, דאכציך מ'האט שוין ארומגערעדט די נושא אין עפעס אן אשכול. אויב איינער קען לינקען תבוא עליו ברכה.
--
געטראפען
ספרי לומדות ומחשבה אין א גוטע סדר (קופערניקוס)
viewtopic.php?f=13&t=2293
נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 4:02 pm
דורך זר זהב
סאטמאר רב האט געזאגט אז יעדער לערנט וואס רעדט צו אים. מ'קען נישט מאכן איין שיעור פאר אלע אינעם זעלבן ספר
נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 4:07 pm
דורך שת.אדמזאהן
דבי''ר קדשו האט געשריבן:ס'איז דא הונדעטער אדער טויזענטער חסידישע ספרים ... בכלל דארף מען וויסען וואס הייסט א חסידישער ספר . למשל דער ויגד יעקב -פאפא- וואס האט נישט געהייסען א רבי אבער א חסיד יא הייסט א חסידיש ספר אדער פין זיין זהון ויחי יוסף .
נאך אלעם ס'איז דא טויזענעטער טויזענטער חסידישע יונגעלייט . וויפיל לערנין א חסידיש ספר בכובד ראש ובעיון . נישט נאר בשעת מען זינגט לכה דודי . אדער אין מיטען דיא הויעכע שמונה עשרה .אין וויפיל פארשטייען אז דער ספר מאנט עפעס פין איהם .אז דער ספר -מחבר- רעדט ציא איהם .
ויגד יעקב איז תורה'לך וואס תלמידים האבן געדענקט, נישט קיין לענגערע מאמרים, און זענען בדרך כלל, דברי מוסר על דרך החסידות, מתובל בדרוש.
ויחי יוסף האט שוין אביסעל לענגערע מאמרים, אבער אויך בדרך דרוש מוסר וחסידות.
ערוגת הבושם, האט גאנץ פיינע חסידישע שטיקלעך, טאקע אויך בדרך דרוש, אבער קען זיך אויך צולאזען מיט פייער בדרך החסידות.
אויב זיכט איר א חסידיש ספר וואס איז כל כולו מוקדש לחסידות, דארפט איר פארן קיין פולין.
נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 4:15 pm
דורך זר זהב
כ'פלעג האבן א שיעור יארן אין ספר ברך משה, יענער האט אויפגעהערט קומען
נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 5:34 pm
דורך מורינו הרב
חסידות איז נישט געמאכט צו לערנען בעיון, עס איז געמאכט אריינצוקוקן אמאל און זיך מחזק זיין מיט א גוט ווארט וואס מען זאל לאנג געדענקען.
הגם עס זענען געווען צדיקים וואס האבן מחולק געווען דערמיט, איז אזוי אבער געווען דעת רוב גדולי וקדושי חסידות.
נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 8:05 pm
דורך דעת תורה
דו מיינסט מסתמא די "נשתכח" קרייזן. "רוב" גדולי החסידות איז א גוזמא.
נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 10:14 pm
דורך משה געציל
מורינו הרב האט געשריבן:חסידות איז נישט געמאכט צו לערנען בעיון, עס איז געמאכט אריינצוקוקן אמאל און זיך מחזק זיין מיט א גוט ווארט וואס מען זאל לאנג געדענקען.
הגם עס זענען געווען צדיקים וואס האבן מחולק געווען דערמיט, איז אזוי אבער געווען דעת רוב גדולי וקדושי חסידות.
כידוע, חסידות איז בעיקר געגרינדעט געווארן אויף סיפורי מאחורי.
נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 10:24 pm
דורך [NAMELESS]
איך לערן יעדע ווואך נועם אלימלך
נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 2:35 am
דורך טעפל
קדושת לוי
נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 7:55 am
דורך קינות גירושין
איך האב שוין נישט געפנט א חסידש ספר פאר בערך 13 יאר
נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 8:33 am
דורך קאווע טרינקער
קינות גירושין האט געשריבן:איך האב שוין נישט געפנט א חסידש ספר פאר בערך 13 יאר
סאו וויאזוי ווייסטו וויאזוי צו דינען דעם אייבישטער?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 9:32 am
דורך דבי''ר קדשו
מורינו הרב האט געשריבן:חסידות איז נישט געמאכט צו לערנען בעיון, עס איז געמאכט אריינצוקוקן אמאל און זיך מחזק זיין מיט א גוט ווארט וואס מען זאל לאנג געדענקען.
הגם עס זענען געווען צדיקים וואס האבן מחולק געווען דערמיט, איז אזוי אבער געווען דעת רוב גדולי וקדושי חסידות.
האסט גענומען איין וואט אז דוא ווייסט דעם דעת ''''הרוב'''''
נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 10:41 am
דורך קינות גירושין
קאווע טרינקער האט געשריבן:קינות גירושין האט געשריבן:איך האב שוין נישט געפנט א חסידש ספר פאר בערך 13 יאר
סאו וויאזוי ווייסטו וויאזוי צו דינען דעם אייבישטער?
איך האב א שיעור קבוע אין ק״ש יעדען טאג, חודש אלול לערן איך אויך אייוועלט
נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 11:23 am
דורך שמעקעדיג
קינות גירושין - איך געדענק נישט אין מיין לעבן ווען כאב אזוי געלאכט אום חודש אלול!
נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 11:29 am
דורך דבי''ר קדשו
זר זהב האט געשריבן:כ'פלעג אסאך לערנען דעם תולדות בעיון, אויך אין מאור עינים. לעצטענס קוק איך מער אין באר מנחם
א געוואלדיקער דזשאמף . וואטש זאלסט דיך נישט צוקלאפען
נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 11:31 am
דורך קינות גירושין
שמעקעדיג האט געשריבן:קינות גירושין - איך געדענק נישט אין מיין לעבן וועלן כאב אזוי געלאכט אום חודש אלול!
לאכען מעג מען/דארף מען אפי יום כיפור, לצינות טאר מען נישט אפי פורים!
נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 5:41 pm
דורך געפילטע פיש
אויב עפעס, מי השילוח.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 9:52 am
דורך דבי''ר קדשו
געפילטע פיש האט געשריבן:אויב עפעס, מי השילוח.
וויא קענסטו פשט אין מי השילוח . אהן דעם בית יעקב
אזוי וויא דוא האסט שוין דערמאנט דעם מי השילוח . וויל איך דיר רעקאמענדירען דעם ספה''ק סוד ישרים לנכדו
בעל התכלת אויף דיא ימים נוראים . וועסט דיר באלעקען דיא פינגער דוא וועסט האבען איין אנדערען דערהער אין דיא ימים טובים
טריי איט יו לייק עט
נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 10:11 am
דורך געפילטע פיש
אויב פארשטיי איך פאלש פשט איז א סימן אז דאס איז רצון השם, נישט אזוי?
ס'פארהאן אין בתי מדרשים אדער כ'דארף עס קויפן?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 10:28 am
דורך לעיקוואד
נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 10:52 am
דורך דבי''ר קדשו
אמת נכון הדבר --- טעיתי בהקלטה אך לא במכוון