בלאט 1 פון 1

איבערלאזען א קינד אין קאר, א רציחה?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 10:22 am
דורך outspoken
לעצטענס הערט מען אסאך מעשות ווי אזוי עלטערען לאזען איבער קינדער אין קאר, ווי אסאך מאל שטארבט ליידער דאס קינד (אזוי ווי נעכטען אין א''י). און ווי נארמאלע מענטשען האלטן, איז דאס א רציחה פון די עלטערען, ווי ס'נישט דא קיין שום תירוץ אויף צו פארגעסען קינדער אין קאר,און מ'דארף צונעמען אלע קינדער. און דאס איז אויך געווען מיין מיינונג ביז פאר א יאר ווען כ'האב מיטגעהאלטען א מעשה.

פאראיאר זימער בין איך געווען אין SAVERITE פארקינג לאט נעקסט צו א מיני ווען פון א באקאנטע ער האט געקאכט אויף זיין סעל פאון, קוים האט ער מיר געשאקעלט מיט די קאפ ווי צו זאגען ''א גוט יאר'' , דערנאך איז ער ארויס פון קאר אריין אין סטאר,אפאר מינוט שפעטער לויפט ער צום קאר און עפענט אויף די בעק טיר און איך זעע א פיצל נשמה'לע אין די קאר סיט!!!.

צוויי חדשים שפעטער טרעף איך דעם אינגערמאן, זאגט ער מיר, אז זייט די מעשה האט ער NIGHTMARES ער וועקט זיך אין מיטן די נאכט מיט א שווייץ איבער זיין קערפער, פארציילט ער, זיין ווייב איז אריין מיט אלע קינדער זענען אריין SHOPING , האט ער אויס גענוצט די צייט צו מאכען וויכטיגע פאון קאלס, למעשה האט זיין ווייב איבער געלאזט איר בערזל אין קאר איז ער ארויס פון קאר איר דאס צו געבען, אינגאנצען נישט גע'דענקעדיג אז ער האט זיין 3 חדשימ'דיגער קינד אין קאר, נאך א מזל (א נס) אז זיין ווייב האט אים גראד געפרעגט ווי דאס קינד איז.

נישט צו פארגעסען צוצילייגען אז דער אינגערמאן איז א באזעצענער נארמאלער מענטש און גאר א בעה''ב משפחה.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 11:05 am
דורך אבי גערעדט
הערשל פריעדמאן המכונה פורים, אין זיין וועכנטליכע קול מבשר אנאליז רעדט ער אביסל ארום איבער דעם נושא, אין איינע פון די פארגאנגענע וואכן, זאגט ער דארט אז מענטשן קוקן אן די ישראלים פאר מופקרים אין קעירלעסס, אבער די אמת איז אז ס'קען געשען ביי יעדן, ער דערציילט א מעשה פון א אינגערמאן וואס איז געפארן מיט א פיצלס צו וואל מארט, און ער האט אינגאנצן פארגעסן פונעם קינד, און אינמיטן איינקויפן געט ער א רוף זיין ווייב פרעגן וואס נאך זי דארף, און זי געט אים אזוי א פרעג, נו? וויאזוי ביהעיווט די בעבי? און דער אינגערמאן געט זיך א כאפ ביים קאפ אז ער האט דאס קינד פארגעסן אין קאר אין אזא הייסע טאג! ער געט א האק אראפ די פאון און מיט די נשמה אין די הענט לויפט ער צום קאר כאפן דאס קינד, ב"ה ער האט עס געכאפט באצייטנס, אין מי יודע וואס ס'וואלט געקענט געשען ח"ו.

ער פירט אויס מיט א גוטע עצה וואס צו טון, זאגט ער אז ווען מ'פירט א קליין קינד ערגעץ זאל מען אלץ לייגן דעם סעלפאון נעבן קינד, אזוי ביסטו גאראנטירט אז די וועסט נישט פארגעסן דאס קינד, ווייל די סעלפאון וועסטו דאך אוודאי נישט פארגעסן (א ביטער געלעכטער)

ער פירט אויס אז איינער קען אפילו פארברעצירן אזאלכע קאר סיעטס מיט סעלפאון טאשן ציגעלייגט און מאכן פרנסה דערפון..

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 11:22 am
דורך שמעקעדיג
אבי גערעדט האט געשריבן: ווייל די סעלפאון וועסטו דאך אוודאי נישט פארגעסן (א ביטער געלעכטער)

פארוואס א ביטער געלעכטער? עס איז פשוט שכל און קאמאן סאנס!
א קינד טראגט מען נישט מיט זיך 24/6, א סעלפאן יא.
עס איז זייער א פאסיגע עצה.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 11:50 am
דורך David
עס זענען דא סענסארס וואס צינדען אן א אלארעם אויב א קינד בלייבט אין קאר

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 2:22 pm
דורך outspoken
דא האט איר א 'דיווייס' וואס מ'לייגט דאס אריין אינם קאר סיט און אויב א קינד איז דערינען וועט די שליסעל פייפען אויב מ'גייט אוועק 15 פיס פונם קאר.

http://babyalert.info/childminder-smart ... rettyPhoto

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 2:25 pm
דורך outspoken

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 2:26 pm
דורך בדחן
די ווייסט ווי אזוי עס גייט, קיינער טראכט נישט אויף זיך אליינס אז ער וועט אאמאל פארגעסן דאס אייגען קינד, במילא קיינער גייט עס נישט קויפן, און א צווייט מאל וועט עס שוין ביי קיינעם נישט געשען.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 2:29 pm
דורך outspoken
בדחן, גערעכט דערפער וויל מען עס אריינלייגען אין יעדע קאר

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 4:11 pm
דורך היימישער
ב"ה איך האב נאך נישט פארגעסן מיין קינד און די קאר אבער איך טראכט ערנסט צו קויפן ChildMinder Smart Clip System

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 4:29 pm
דורך רויטע וואנצעס
שוין, האסט מיר אנגעצויגן, איך לויף שנעל טשעקן מיין קאר נאכאמאל.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 7:55 pm
דורך ישמעאל הכהן
A 3-year-old boy became the latest victim of vehicular death as he was found in cardiac arrest in a parked vehicle in Beersheva on Sunday, 5 Elul 5773

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 8:35 pm
דורך שאולדיספריםפאקער
אבער פארוואס פונקט און ישראל הערט מען יעדן צווייטן טאג אזעלכע פאסירונגען צו ווייל דארט איז מען מער פארנימען צו פשוט דארט גייט נישט אזוי אן די וואיל זיין פון די קינדער

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 9:13 pm
דורך געפילטע פיש
צו ווייל ווען ס'געשעט אין זימבאבווע הערסטו נישט דערפון.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 9:22 pm
דורך מאיר_וואלף
אבער פארוואס פונקט און ישראל און אין זימבאבווע הערט מען יעדן צווייטן טאג אזעלכע פאסירונגען צו ווייל דארט איז מען מער פארנימען צו פשוט דארט גייט נישט אזוי אן די וואיל זיין פון די קינדער

נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 10:00 am
דורך outspoken
In Israel between 2004 and 2008 there were four fatal cases of hyperthermia resulting from children being left in cars, and in 2008 alone, 19 non-fatal cases

In the United States an average of 36 children die from hyperthermia each year after being left in a car, for a total of 468 deaths over the last 12 years.

די פונקטליכע נומבער אין אמעריקא אין 2008איז 48 טויטע.

קוקט אויס אז אמעריקע און א''י האבן בערך די זעלבע סטאטיסטיק. 1 א יאר פון א לאנד פון 7 מיליאן און 48 א יאר פון א לאנד פון 300 מיליאן.(קרעדיט מאיר_וואלף )
אבער נישט פארגעסען אז אין א''י איז הייסער ווי אמעריקא און ס'נישט דא קיין וואלקען א גאנץ זומער.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 10:10 am
דורך outspoken
.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 10:25 am
דורך סאשי פיש
דאס האט מען אויסגעטיילט אין ארץ ישראל
image.jpg
image.jpg (73.58 KiB) געזען געווארן 950 מאל

ער רעגט זיך!!
image.jpg
image.jpg (41.57 KiB) געזען געווארן 950 מאל