בלאט 1 פון 1

ביזנעס, פינאנץ, מארקטינג, און עקאנאמיע אין די היימישע וועלט

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 11:02 am
דורך רויטע וואנצעס
יגעתי ולא מצאתי אן אשכול געשטעלט אויף די וויכטיגע טאפיק, וועל איך זיין א נחשון. כ'האף איך וועל נישט ווערן צו נאס.

שלא על הסדר אפאר נקודות:

די היימישע מארקיטינג איז זייער unique מיט דעם אז אין די גויעשע גאס לייגט מען אריין שמוץ אין די עדס צו צוען דעם עולם. ביי די היימישע עולם וואס די יסוד החיים איז תורה האבן די מארקיטערס אויסגעפיגרט אז מ'דארף עס אריינשפילן ווי מ'קען נאר מיט תורה בכמה דרגות. גראדע לעצטענס זעה איך ווייניגער פון דעם. (גוט אדער נישט גוט? איז עס א ריפלעקשין פון אונזער תורה proudness... ;) )

די פאקט אז אסאך אידן זענען מצליח אן א געהעריגע עדוקעטשון איז א חידוש, זעהט אויס אונז זענען טאקע א קלוג פאלק. געווענדליג האט עס צו טוען מיט זיין זייער פלייסיג און אוודאי אויך אויסגערעכנט. א מענטש וואס איז פלייסיג אן עדוקעשון קומט סוף כל סוף אן.

די היימישע ברענד נעימס: G&G, kraus streimel, golden flow, bloom candy, mispacha food, gefen food, dagim fish, jj-mehadrin, kleins ice cream, GB clothing, kemach, kedem, Binah mag, j-net, hamodia, beigels, sterns, maxi health, zahler, buzz electronics ווער ס'קען זאל מוסף זיין (א פאפולערע סטאר איז נאכנישט א ברענד, א ברענד מיינט איינער וואס האט שטארקע דיוסטרביוטשען און איז שטארק באקאנט)

הצד השוה שבהן איז אז זיי געבן אויס צוזאמען מליאנע דאלארן יערליך אויף מארקיטינג.