בלאט 1 פון 2

ערנסט גערעדט - לאמיר תשובה טוהן.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:20 pm
דורך לעיקוואד
לאמיר רעדן אביסעלע ערנסט, מיר האבען טאקע א רייכע שטיבל, כולנו חכמים כולנו נבונים, יעדער איינער האט זיך זיין קוק-ווינקל אויף אלע ענינים און אוודאי אויך אויף אלול און די הייליגע טעג.
יידל וועט אונז אוודאי וויסען מסביר צו זיין אז היסטאריש איז די גאנצע מושג פון חודש אלול מער ווייניגער א נייער זאך, ער וועט אנווייזען אז אפילו די גאנער מושג פון יום הדין ווערט נישט געברענגט אין תנ"ך און אפילו אין חז"ל איז עס סך הכל עטליכע מאמרים און אין אנדערע פלעצער זעהט מען אז מ'האט נישט געמאכט אזא טראסק דערפון. יאנקל וועט טענה'ן אז דער גאנצער מושג א חודש פון תשובה איז נישט במקור קיין אידישער און איז אפשר געבארגט פון דער קאטולישער 'לענט' אדער דער מוסמלענישער ראמאדאן.
לעיקוואד מיט יאיר וועלן חוקר זיין צו עס איז בכלל אויסגעהאלטען צו מייחס זיין צו גאט אזא מושג פון יום הדין אויף אזא מענטשליכע אופן און צו עס זענען טאקע דא דריי ספרים אין הימל אדער איז אלץ נאר א משל ומליצה. מח שליט וועט פראבירען מסביר צו זיין אז וויבאלד עס איז אלץ תלוי אין אונזער קאפ איז אויב מיר רעדן זיך איין אז עס איז א יום הדין ווערט עס טאקע אזוי, געפילטע פיש וועט עם פרעגן אויב אזוי לאמיר זיך איינרעדן אז עס איז גארנישט מיט נישט ווערט עס דען אזוי? און זיי וועלן זיך ארומטענה'ן פאר פערציג בלעטער.
שמעקעדיג וועט חוקר זיין אויב די גאנצע עסק פון תשובה טוהן און ימים נוראים איז נישט צופיל פרעשור, און צו עס שטערט נישט פאר אונזערע איידעלע נפשות און די פון אונזערע קינדער אז מ'רעדט פון דעם.
די דייעטישינס וועלן חוקר זיין צו עפל מיט האניג, קרעפלעך און האניג קעיק זענען געזונט און צו מ'פארזיכערט זיך נישט א פעטע יאר כפשוטו מיט די אלע סימנים ומאכלים ומעדנים. סאשי פיש וועט אונז מהנה זיין מיט בילדער פון אן עפל טעלעפאן אין האניג און פון פארשידענע פאני פאזעס ביי כפרות שלאגען.
קאווע טרינקער וועט זיך קווענקלען צו די תשובה זיינע איז אמת'דיג און צו די אויפזיין הושענה רבה מאכט עם נישט סתם מיד און צו ער זארגט זיך נישט צופיל זיין קיטל זאל נישט שמוציג ווערן.

בקיצור, איך ווער שוין מיד פון אלעס מסביר זיין און מסכם זיין, איך הייס נישט קופערניקוס און אפילו נישט יואב, זאל ער מסכם זיין יעדער איינער, ועוד חזון לחול המועד.

אבער אלע חכמות אין א זייט, עס איז גארנישט אזא שלעכטע אדער אפגעפרעגטע זאך אז מ'נעמט אביסעלע צייט פאר תשובה מיט תיקון המעשים. אפגעזעהן צו די פיש אין וואסער ציטערען יא אדער נישט, סתם, מיר זענען דאך נישט קיין צדיקים גמורים, יעדער איינער לפי שיטתו אמונתו ונטיית לבו ווייסט עס וואלט עם גארנישט געשטערט אביסעלע בעסר צו ווערן, איז אז מיר האבען דא אזא טייערע קיבוץ פון חברים תלמידי חכמים חסידישע אינגעלייט וכו', איז לאמיר זיך דא אביסעלע אויסשמועסען וואס מיר קענען א משהו טוהן אין דער געביט פון תיקון המעשים. זאל דער עולם זיך דורכרעדן אביסעלע ערנסט קליינקייטן וואס מ'קען זיך מחזק זיין, צו בין אדם למקום, צו בין אדם לחבירו. זאל זיין די א ריכטיגע אסיפת התעוררות, אן קיינע שרעקעדיגע פלאקאטען און טאקע אויף די טריפה'נע אינטערנעט. סתם חברים צווישען זיך זאלן זיך דורכשמועסען אביסעל וואס און וויאזוי מ'קען בעסער ווערן.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:30 pm
דורך קינות גירושין
איך מיין אז איך דארף זיך טובלן מער אין מקוה, סברענגט קדושה

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:33 pm
דורך זר זהב
איך דארף דאווענען מער פון פארענט

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:34 pm
דורך רויטע וואנצעס
עשה טוב איז דאך אויך גוט.. נא, עמער יוצא זיין מיט געבן מער לייקס.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:36 pm
דורך זר זהב
מער נישט זיין ראסיסטיש כלפי רויטע

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:39 pm
דורך קינות גירושין
זר זהב האט געשריבן:מער נישט זיין ראסיסטיש כלפי רויטע

איז שוין דא א אשכול וועגן דעם?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:41 pm
דורך זר זהב
קינות גירושין האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:מער נישט זיין ראסיסטיש כלפי רויטע

איז שוין דא א אשכול וועגן דעם?

מ'ווארט פאר רויטע וואנצעס

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:43 pm
דורך אביגדור
ווייטער אנגיין אחד בפה ואחד בלב מיט א אימפעט און א פרישקייט.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:43 pm
דורך berlbalaguleh
לעיקוואוד: ס'איז א הערליכער ארטיקל מיט וואונדערבארע נקודות למחשבה. נאר אלס ליטוואק, (איך שטעל מיר אזוי פאר. מעגליך אז דו ביסט א פארחניוק'טער חסידיש'ער יונגערמאן מיט א לאנגע, צופלויגענע (נישט געקעמט) בארד און אנגעטון די שמונה בגדים, אריינגערעכנט דעם געלן, פארפלעקטן וואלענעם טלית קטן און דעם צוקנייטשטן פלאכן ביבער הוט, אפילו אין די גרעסטע היצן, וועלכער איז פון די היימישע חברה שמועסערס אויף ראדני, און א תושב אין וויליאמסבורג עיה"ק). וועלכער ציטערט פאר די שקיעה (פון וואס מ'ציטערט נישט אין די ליטא 'עמער נישט אויסרעכענען. ס'איז דאך אלול.) און פאר אלול. ווילעך דיר מודיע זיין אז דו האסט פארשפעטיגט. ר"ח איז געווען כמעט א וואך צוריק. מ'בלאזט שוין שופר און אפילו די אידן וועלכע מאכן א לעיבן א גאנץ יאר האבן שוין אויך אנגעהויבן תשובה צו טון.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:44 pm
דורך רויטע וואנצעס
ouch

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:44 pm
דורך שמעקעדיג
יא יא, ליצנות א' דוחה מאה תוכחות.
ביי די לעצטע שורה פון לעיקוואד איז שוין גערינען טרערן פון מיינע אויגן, זענען געקומען די מגיבים און אלעס אויסגעטרוקנט. והקולר תלוי בצוארם.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:45 pm
דורך שמו יגער
אביגדור האט געשריבן:ווייטער אנגיין אחד בפה ואחד בלב מיט א אימפעט און א פרישקייט.

דו רעדסט צו זיך אדער ביסט מעורר וואס "אנדערע" קענען מתקן זיין??

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:49 pm
דורך אביגדור
שמו יגער האט געשריבן:
אביגדור האט געשריבן:ווייטער אנגיין אחד בפה ואחד בלב מיט א אימפעט און א פרישקייט.

די רעדסט צו זיך אדער ביסט מעורר וואס "אנדערע" קענען מתקן זיין??

איך בין לעצטענס נתרשל געווארן אין דעם ענין, און ווייניג געוועהן אחד בפה ואחד בלב. איך נעם מיך פאר זיך צוריקצוכאפן און מיט א אלול'דיגע התחזקות ווייטער אנהייבן זיין אחד בפה ואחד בלב, אחד חכם ואחד תם וכו'. דער עיקר אז פיו ולבו זאלן חלילה נישט זיין שָׁוִין.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 2:01 pm
דורך berlbalaguleh
דו האסט מיר געמאכט הארץ קלאפעניש. פאר א מינוט האבעך געמיינט אז דו לערנסט נישט ריכטיג פשט אין די רש"י פ' וישב. אבער כ'זעה אז דו לערנסט ב"ה זייער גוט פשט.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 2:22 pm
דורך איך אויך
שמעקעדיג האט געשריבן:והקולר תלוי בצוארם.

דיין פעטיש?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 2:25 pm
דורך אליצפן
erased

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 2:37 pm
דורך סלינקי
תשע"ד
ת'שובה עד'רך קאוועש'טיבל

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 6:36 pm
דורך הקטן
שמעקעדיג האט געשריבן:יא יא, ליצנות א' דוחה מאה תוכחות.
ביי די לעצטע שורה פון לעיקוואד איז שוין גערינען טרערן פון מיינע אויגן, זענען געקומען די מגיבים און אלעס אויסגעטרוקנט. והקולר תלוי בצוארם.

וואס איז די פוינט אין בלעמען א צווייטען? כאפ דיך צוריק!

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 8:12 pm
דורך קאווע טרינקער
זיך מקבל:
צו אפרעדן מענטשן פון חתונה האבן מיט פרעמדע מיידלאך.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 8:20 pm
דורך berlbalaguleh
קאווע טרינקער האט געשריבן:זיך מקבל:
צו אפרעדן מענטשן פון חתונה האבן מיט פרעמדע מיידלאך.

דו ביסט 100% גערעכט. דיין טאטע האט דאך חתונה געהאט מיט דיין מאמע.... :lol:

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 9:54 pm
דורך אויס מענטש
מקבל נישט צו ליינען מער צימעס
ברענגט מיר צו קוקן שלעכט אויף אידן
-לייען די מגיבים-
---
בעזה איינהאנדלען אינטערנעט אינדערהיים צו קענען הערן מער שיעורים און דרשות

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 11:19 pm
דורך מאן דאמר
קאווע טרינקער האט געשריבן:זיך מקבל:
צו אפרעדן מענטשן פון חתונה האבן מיט פרעמדע מיידלאך.

אונזער שטיבל איז שוין פון לאנג באוואוסט פארן אפהאלטן אומאויסגעהאלטענע חתונות

נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 2:39 am
דורך טעפל
לעיקוואד גוט געזאגט, ערענסט גערעדט, אזוי ווי ס'שטייט נישט עסן עשי"ת פת פלטר, אביסל ווייניגער בארעדן אידען, צו איז עס פאפא צו סאטמער וגו'..כנלע"ד הקלושה..