בלאט 1 פון 1
לערנען וועב דעזיין פראגע
נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:47 pm
דורך מכל מלמדי
שלום עליכם טייערע חברים, פין קאווע שטיבעל הי"ו , איך בין א יונגערמאן פריש ארויס פין כולל אין איך זיך צוה לערנען א פאך {ב"ה איך האב גענוג צייט אין איך בין נישט געדריקט},
די אייבישטער האט געפירט אז בין אנגעקומען צוה וועב דיזיין אין כהאב זיך גילערנט HTML מיט CSS, האלבוועגס אויפדערווייל, איך שפיר א שטיקל געשמאק אין דעם אין סגייט פיין ב"ה אין איך בין גרייט צוה גיין ווייטער
האב איך יעצט 2 פראגעס אין איך האפ די עולם וואס פארשטייט וועט מיך ארויסהעלפן אין מיטטיילען זייער נאלעדש
1- וואס פעלט זיך אויס צוה קענען זיין א וועב דיזיינער? {צוה קענען טרעפען א דשאב אדער קריעיטען אליינס א סייט } איך פארשטיי HTML מיט CSS אבער ווי גיט דארפ מען עס קענען איז געניג אז מפארשטייט בערך ? אין וואס נאך, JAVA SCRIPT? איך בין גרייט אלעס צוה לערנען אבער וואס איז די פראסעס?
2- וועל איך קענען טרעפען א דשאב איינמאל איך וועל קענען די פאך? איז דא א דימענד פאר אזאליכע ארביטארערס? אין בכלל, צאלט מען שיין פאר דעם ?
3- אין אויב איך מעג צולייגען א דרעטע פראגע, דארפ מען קענען גרעפיקס אדער דאס האט נישט קיין שייכות ?{איך פארשטיי אביסעל דארפ מען קענען פאר COLOR מיט FONTS, אבער PHOTOSHOP מיט די אנדערע זאכען פעלט עפעס אויס?}
א גרויסע יישר כח פאר די וואס גייען נעמען די מיה מיך ארויסצוהעלפן !!!!
נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 6:58 pm
דורך טישו באקס
די ווילסט ווערן א וועב דיזיינער אדער א וועב דיוועלאפער?
אויב די ווילסט ווערן א וועב "דיזיינער" אזוי ווי די שרייבסט, דארפסטו אוודאי קענען גרעפיקס.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 10:00 pm
דורך מכל מלמדי
טישו באקס
אפשר קענט איר געבן צוה פארשטיין די חילוק פין א דיוועלאפער ביז א דיזיינער?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 11:11 pm
דורך טישו באקס
אויבן אויף איז דער חילוק פשוט.
א וועב דעזיינער דיזיינט וויאזוי דער פעידזש זאל אויסקוקן, למשל ווי צו לייגן דעם לאוגו, ווי די באטטנס זאלן זיין, ווי די פיקטשערס זאלן ליגן אויסגעשטעלט, וכדו׳.
דער וועב דעוועלאפער דארף טון די ארבעט וואס די זעהסט נישט ביים קוקן אויפן פעידזש, למשל אז ווען איך דריק דעם קנעפל זאל איך עפענען דעם פעידזש, ווען איך קליק אויף דעם זאל דאס געשען וכדו׳, דער מוז נישט קענען קיין דיזיין.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 12:29 pm
דורך מכל מלמדי
איז דאס די זעלבע ווי פראנט ינד אין בעק ענד?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 1:01 pm
דורך טישו באקס
איך בין נישט צו שטארק באקאנט אין די פרטים
נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 6:44 pm
דורך מכל מלמדי
אפשר איז דא דא איינער וואס קען מיך ארויסהעלפן????
נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 6:58 pm
דורך רויטע וואנצעס
אנשטאט מאריך זיין אין דעם נושא האסטו דא א לינק פון וויקי, הצלחה.
http://en.wikipedia.org/wiki/Front_and_back_ends
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 11:16 pm
דורך קאווע טרינקער
נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 4:24 pm
דורך סאשי פיש
נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 8:04 pm
דורך שלום על ישראל
די חילוק צווישען וועב דיזיין און וועב דיוועלאפמענט האט נישט קיין שייכות מיט די חילוק צווישען פראנט-ענד און בעק ענד, הגם מען קען זאגען אז פאר א בעק ענד דארף מען נישט קיין ווער-ווייסט וואספארא דיזיין.
וועב דיזיין איז פשוט די דיזיין. פאר דעם וועסטו דארפען פארשטיין גרעפיקס דיזיין. אבער צו זיין עכט גוט, דארפסטו קענען HTML, JavaScript און CSS. היינטיגע צייטן בויט מען די דיזיין מיט אן איינציגסטע בלאט, גערופען א מעסטער-בלאט (אדער הויט-בלאט אין אלט-מאדיש).
וועב דעוועלאפמענט איז א גאר-אנדערע מעסעכטע. פאר די פשוט׳סטע ארבייט פארלאנגט זיך קענטעניס אין די אויבן-דערמאנטע שפראכן, אבער סקריפטונג און פראגראמונג איז געווענדליך אויך ערווארטעט, ווי אויך דאטעבעיס אינדזשענירונג און דיזיין.
בקיצור: א וועב דיזיינער בויט א בלאט, בעת א וועב דיוועלאפער בויט א סייט.
סקריפטונג מיינט דזשאווא-סקריפט, ווי.בי. סקריפט, קלאסישע עי. עס. פי., פי. עידזש. פי., א.ד.ג.
פראגראמונג באדייט דזשאווא, די משפחת דאט-נעט, ווי.בי.עי, פערל, א.ד.ג.
נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2019 5:12 am
דורך טאמבל סאס
כדי צו געבן א פולקאמע בילד צו דער פותח האשכול'ס פראגע אבער נישט אים אנציווארפן מיט צופיל אינפארמאציע וועל איך דיר געבן א דוגמא בעיסד אויף די שפראכן אין וואס איך האב געהאט עקספיריענס אביסל, צו זעהן יעדערער וואס ער געבט צו פארפולקאמען דעם בילד.
קודם כל, קומט א שרייבער/גוטע מארקעטער וכדומה און דעסיידט די געשריבענע קאנטענט/דאס געשריבענע אויף די פעידזש. גוט ער זאל קענען html
א וועב דעזיינער, דעזיינט למשל א פאוסטער, ארויס פון זיין דמיון ווי אזוי ער וויל די סייט/פעידזעס זאלן אויסקוקן. וואו די קאנטענט זאל ליגן. אוואדאי העלפט ער זאל קענען css.
קומט דערנאך א דעוועלאופער און אימפלעמענטירט די פריערדיגע בנוסף ציוואס ער מאכט אז די באטנס זאלן עקשולי ארבעט. ער ברויך שוין קענען JavaScript אויך.
האמיר אבער נאר דערגרייכט אז דער יוזער, ד.ה. דער מענטש וואס נוצט דער סייט, קען שיקן א ריקוועסט צו די סייט אונער למשל. וואס אויב דער סייט אונער (לייען סערווער) וויל פראסעסן די דאטא וואס דער יוזער האט געשיקט און באזירט אויפדעם צורישיקן רעזאלץ?
קומט דערויף פערטער וואס קען למשל PHP און דיעלט מיט דעם אויכעט.
יעצט דארף מען דאך אבער, מצד די סייט, סטארן/סעיוון די אינפארמעישן אויף נעקסטיים, געדענקען די יוזער, דינאמיקלי באשאפן סייט וויאוס, טעילארד פאר ספעציפישע יוזערס וכדומה. קומט א פינפטער וואס יכולט אין RDBMS, ווי למשל MySQL און סאלווד די פערסיסטענט דאטא סטארידזש אישו.
סאוי, מדארף אסאך לערנען אבער סצאלט זיך אויס ביג טיים.
נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2019 11:07 am
דורך אישתישבי
און אויף דעס שטייט אין פסוק בעסער שפעט ווי קיינמאל.
נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2019 11:21 am
דורך טאמבל סאס
אישתישבי האט געשריבן:און אויף דעס שטייט אין פסוק בעסער שפעט ווי קיינמאל.
זייער מעגליך אז מכל מלמדי איז נאך עראונד, נאר מיט אן אנדער ניק
(נאַ נאַ איך וועל דיך צווינגען עס ארויסצוזאגן..)
Not learning about web development or web design is my quest
נשלח: דינסטאג יוני 09, 2020 9:20 am
דורך מיינונגזאגער
Good morning all,
I'm so sorry that I write in English, all that follow me know already that I have a huge struggle to write in YIDDISH. However, I don't think my question is related to this ESHKOL here, but I assume I will get my answer here.
is there any web designer and web developer that can PM I have several questions that may tune into an opportunity. it can be beneficial for all parties being involved.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 9:57 pm
דורך yn.NY
טאמבל סאס האט געשריבן:...
קודם כל, קומט א שרייבער/גוטע מארקעטער וכדומה און דעסיידט די געשריבענע קאנטענט/דאס געשריבענע אויף די פעידזש. גוט ער זאל קענען html
....
ווייסט איינער פון א שרייבער וואס ספעציליזירט זיך אין שרייבן פאר וועבזייטלעך (Yiddish + English)?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 10:54 am
דורך חתן בחור
מכל מלמדי האט געשריבן:איז דאס די זעלבע ווי פראנט ינד אין בעק ענד?
בערך.